Chabad Library · The Rebbe

Igros Kodesh·Vol. 16·Letter 5915אגרות קודש·כרך טז·ה'תתקטו

אה'תתקטו
ב[יו"ד כסלו תשי"ח]
גאין ענטפער אויף אייער בריף פון אור ליום א', און דערנאך די טעלעפאנישע ידיעה דורך הרב חדקוב שי', אז אין קורצסטן שליסט זיך דער געשעפט און עס בלייבט נאר דער פארשלאג פון דעם שוחט עופות.
דאיך נעם אן, אז אין דעם ענין וואס איר שרייבט, איז ניט פראן אין דעם קיין עניןפון השגת גבול, און אויב דאס איז אזוי, זאל דאס זיין בשעה טובה ומוצלחת, און עס וואלט געווען א גלייכע זאך, אז איר זאלט אריינגעבען אין א קופה של צדקה אויף דעם חשבון פון די פארדינסטן די קומענדע א געוויסען סכום, און דאס זאל פון אנהויב אן אוועקשטעלען די נייע אונטערנעמונג ע"פ השי"ת עשר תעשר, וכמ"ש ובחנוני נא בזאת וגו'.
הבעת רצון יזכירו את כל אלה שכותב אודותם על הציון של כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע כאו"א להנחוץ לו, והשי"ת יעזור שגם בזה יבשר טוב.
וגעוויס אויך במחנם הט', מאכט מען הכנות צו דעם יום הבהיר י"ט כסלו יום הגאולה של רבנו הזקן תורת החסידות עניני' והדרכותי', און דער זכות פון דעם בעל השמחה רבנו הזקן יעמוד לכאו"א בתכ"י בהמצטרך לו בגשמיות וברוחניות.
זבברכה לבשו"ט ולהתועדות שמחה ופעילה.
חה'תתקטו
נדפסה בלקו"ש חכ"ד ע'435.