Chabad Library · The Rebbe

Igros Kodesh·Vol. 16·Letter 5913אגרות קודש·כרך טז·ה'תתקיג

אה'תתקיג
בב"ה, יו"ד כסלו, ה'תשי"ח
גברוקלין, נ.י.
דאל אחינו בני ישראל חובבי ומוקירי תורה
הומצוה
וה' עליהם יחיו
זשלום וברכה!
חדי יערלעכע חגיגה פון מרכז ישיבת "תומכי-תמימים" ליובאוויטש וואס וועט פארקומען אי"ה כ' טבת ה'תשי"ח, פארצייכנט היי-יאר דעם זעכציק-יעריגען יובילעאום זינט די גרינדונג פון דער ישיבה "תומכי-תמימים" אין ליובאוויטש.
טא לאנגען וועג האבן די ליובאוויטשער ישיבות דורכגעמאכט, א וועג פול מיט גרויסע אויפטרייסלונגען און איבערלעבונגען. במשך פון די זעכציק שטורמישע יארן פון אויפטרייסלונג און גלות, האבן אירע גרינדער און אנפירער, כ"ק אדמו"ר (הרש"ב) און כ"ק מו"ח אדמו"ר - זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, די הנהלה, משפיעים, ראשי-ישיבות און תלמידים, מיט דער גרעסטער מסירות-נפש געטראגען דעם נר מצוה ותורה אור און מאור שבתורה און פארשפרייט די ליכטיקייט פון תורה און מצוות אין אלע וועגן, שטעט און לענדער וואו די השגחה עליונה האט זיי געפירט.
יהיי יאר פייערט די צענטראלע ישיבה "תומכי-תמימים", אין צוגאב צום זעכציק יעריגען יובילעאום פון איר גרינדונג אין ליובאוויטש, אויך איר אכצן-יעריגען יובילעאום דא אין לאנד - א גאלדענע קייט פון ניט-אונטערבראכענער טעטיקייט פאר תורה ויראת שמים.
יאא יובילעאום איז ניט סתם צו פארצייכענען א דאטום. ס'איז אן ארויספאדערונג צו מאכן א סך-הכל פון די דערגרייכונגען אין דער פארגאנגענער צייט - מיטן צוועק צו פארגרעסערן די דערגרייכונגען אין די קומענדיקע יארן.
יבאויב אין א תקופה פון הרת-עולם'דיקע געשעענישן, מיט אויסערגעווינלעכע שוועריקייטן און שטערונגען, האבן די ליובאוויטשער ישיבות ניט נאר געקענט עקזיסטירן, נאר אויך אויסברייטערן, אויסשפרייטען און פארצווייגען זיך, אין כמות און אין איכות, קען מען זיך פארשטעלן וואס מען וועט קענען דערגרייכען, אונטער בעסערע אומשטענדען.
יגאין דעם באשטייט טאקע די ארויספאדערונג און חשבון-הנפש וואס יעדער איינער, וועמען תורה אידישקייט איז טייער, דארף זיך אפגעבען אין צוזאמענהאנג מיט דער היי-יאהריגער חגיגה און דאפלטען יובילעאום.
ידאמת, אין פארלויף פון די לעצטע אכצן יאר האט די צענטראלע ישיבה
טו"תומכי-תמימים" ליובאוויטש ב"ה שטארק אויפגעבליט און האט געלעגט איר שטעמפל אויפן אמעריקאנער אידישן לעבן. עס מוז אבער זיין מעלין בקודש, מוסיף והולך. מען טאר זיך ניט באפרידיגען מיט די דערגרייכונגען אין די פארגאנגענע יארן. מען מוז שטייגען און צוגעבען און ווידער אמאל צוגעבען און פארברייטערן. דאס איז אבער אפהענגיק און פאדערט די ברייטע באטייליקונג פון יעדען איינעם, וואס מוז אויך מעלהבקודש זיין מוסיף והולך. פארגרעסערן זיין שטיצע - אין געלט, און אין מיטארבעט פאר די ישיבות תומכי-תמימים בכלל.
טזאון דער אויבערשטער זאגט דאך צו: כל המוסיף מוסיפין לו - אין וואס מען נויטיגט זיך בגשמיות וברוחניות.
יזבברכת כל טוב בגו"ר.
יחמנחם שניאורסאהן
יטה'תתקיג
נדפסה בלקו"ש חכ"ד ע' 486.