Chabad Library · The Rebbe
Igros Kodesh· Vol. 16· Letter 6037אגרות קודש· כרך טז· ו'לז
או'לז
בב"ה, ו' שבט, תשי"ח
גברוקלין.
דצו די בראנזוויל- איסט-ניו-יארק
הליידיס אקזילערי פאר די ישיבות
ותומכי תמימים ליובאוויטש,
זה' עליהן תחיינה
חברכה ושלום!
טמיט פארגעניגען האב איך באקומען אייער מיטטיילונג וועגן דעם יערלעכן באנקעט, וואס דארף פארקומען די וואך, יום ד, פ, בשלח -
ידאס איז די וואך פון שבת-שירה און דער טאג פון דער שורה, ווארום גראצע געפינט זיך די שורה אין רביעי, וואס געהערט צו מיטוואך, רביעי בשבת.
יאדער סיום פון דער שירה - וואס אלעס גייט דאך לויטן סיום - איז די שירה פון מרים הנביאה. אן דער שירה פון מרים וואלט די שירה פון משה רבינו ניט געווען פאלקאם. די שירה פון מרים בשמחה
יבאון כל הנשים פארפאלקאמט דעם אז ישיר משה ובני ישראל.
יגדערמיט גיט די תורה הקדושה אן אנווייזונג פאר די אידישע פרויען פון אלע דורות, אז די אידישע פרוי האט א גרויסע פאראנטווארטלעכקייט און זכות אין די הייליקסטע מאמענטן און וויכטיקסטע געשעענישן אין דער געשיכטע פון אונזער פאלק.
ידקריעת ים סוף איז געווען א צוגרייטונג צו קבלת התורה און צו דער ג-טלעכער אנטפעלקונג ביים בארג סיני. די אידישע פרויען האבן געהאט א וויכטיגען חלק אין דער צוגרייטונג.
טואויך היינט שטייען מיר אויפן וועג צו דער ג-טלעכער אנטפלעקונג, על ידי משיח צדקנו במהרה בימינו. די צוגרייטונג דערצו איז דורך תורה און מצוות און פנימיות התורה אין דער באלויכטונג פון תורת החסידות. פאר דעם צוועק איז געגרינדעט געווארן ישיבת תומכי-תמימים ליובאוויטש און איז איבערגעפלאנצט געווארן אין אמעריקע דורך כ"ק מו"ח אדמו"ר, וועמענס יום הילולא קומט אויך אויס די וואך.
טזאיך האף אז דאס אויבנדערמאנטע וועט געבן יעדער איינער פון אייך די נויטיגע דערמוטיקונג צו פארגרעסערן אייער ארבעט לטובת הישיבה מיט מסירות-נפש און שמחה. און גלייכצייטיק וועט איר פארשטארקען אלע ענינים פון תורה און מצוות, מיט חסידישער ווארימקייט און ליכטיקייט, יעדע איינע בא זיך אין שטוב און אין דער סביבה ארום, וואס דערמיט ברענגט איר אראפ די ג-טלעכע ברכות מצליח צו זיין אויך אין אייערע ענינים פרטיים בגשמיות וברוחניות.
יזבברכה לבשורות טובות אין דאס אלעס אויבן געזאגטע.
יחו'לז
נדפסה בלקו"ש ח"ו ע' 306 והושלמה ע"פ העתק המזכירות. ראה גם לקמן אגרת ו'מד.
נדפסה בלקו"ש ח"ו ע' 306 והושלמה ע"פ העתק המזכירות. ראה גם לקמן אגרת ו'מד.