Chabad Library · The Rebbe

Igros Kodesh·Vol. 16·Letter 6083אגרות קודש·כרך טז·ו'פג

או'פג
ב[אדר"ח אדר תשי"ח]
גאין ענטפער אויף דיין בריוו פון כ"ב שבט, אין וועלכען שרייבסט אז "דער קאפ זאגט, אז קיין בעסערע הצעה קאן ניט זיין, אבער די הארץ זאגט אויף ניט". דו שרייבסט אבער ניט דעם טעם, פארוואס (די הארץ זאגט אויף) ניט.
דבנוגע לפועל, איז בכלל אין עניני שידוכים פארנעמט די הארץ אן ארט מער ווי טפל.
הדערפאר דארף מען האבן ווייניקסטנס א התחלה פון א המשכה צו דער זאך, אדער לכל הפחות א פארשטעלונג אז דאס וועט קומען. אויב אבער דאס פעלט, און די הארץ זאגט אויף ניט, דארף מען זיך דערמיט רעכענען.
ווואס עס איז מיר ניט קלאר אין דיין בריוו איז וואס דו שרייבסט אז אויב די הארץ איז ניט טפל וכו' "וועל איך דארפן נאך ווארטן". - צי די כוונה איז צו ווארטן אויף אן אנדער הצעה, אדער אויף אן ענדערונג אין דער הצעה גופא, ובהתאם צו דעם וואס די מיינונג דערפון איז - דארף מען ענטשיידן וואס צו טאן ווייטער.
זויהי רצון אז דער אויבערשטער, וואס איז משגיח על כל אחד ואחת בהשגחה פרטית, זאל דיר פירן אין וועג ווי עס איז גוט באמת, ובטוב הנראה והנגלה.
חו'פג
נדפסה בלקו"ש חכ"ד ע' 457.
טטפל: שמבואר בכמה אגרות, שבעניני שידוכין צריך להתחשב בעיקר ולא בטפל.