Chabad Library · The Rebbe
Igros Kodesh· Vol. 16· Letter 6087אגרות קודש· כרך טז· ו'פז
או'פז*
בב"ה, ג' אדר, תשי"ח
גברוקלין.
דשלום וברכה!
הבאשטעטיג די ערהאלטונג פון אייער בריף פון כ"ז שבט מיט דאס בייגעלייגטע וועלכע זיינען איבערגעגעבען געווארען לויט אייער אנווייזונג,
וובעת רצון וועל איך מזכיר זיין אייך אויף דעם ציון הק' פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע בכלל און בפרט צום געזונט בעסערונג לויט אייער שרייבין און אויך אייער פרוי שתליט"א
זבהנוגע צו מחשבות וואס איר שרייבט וכו',
חלויט ווי מיר האבען גערעט מערערע מאל, איז צו דעם איז א עצה שמחה, און לערנען משניות אויף אויסווייניג, און דעם משניות לערנען אויך בשמחה און אזוי אויך די אנדערע ענינים, און אויב פון אלע אידען פאדערט מען דאס און מען קען דאס באווייזען, על אחת כמה וכמה בא חסידים און בא די וועלכע האבען זוכה געווען צו נעמען איינטייל אין דער שטארקונג און ענטוויקלונג פון מוסדות הקדושים ווי ישיבות וכולל חב"ד וכו'.
טויהי רצון אז גאר אין גיכען זאלט איר סוף כל סוף מקיים זיין דעם ציווי התורה, עבדו את ה' בשמחה, או די התחלה זאל אזוי אנהאלטען א גאנץ יאהר און ווייטער.
יבברכה לבשו"ט ולחג פורים שש ושמח.