Chabad Library · The Rebbe

Igros Kodesh·Vol. 16·Letter 6095אגרות קודש·כרך טז·ו'צה

או'צה
ב[ו' אדר, תשי"ח]
גאין ענטפער אויף דיין בריוו פון ד' אדר, אין וועלכען דו שרייבסט, אז דו קענסט ניט אויך איצטער זאגען באשטימט אבער וכו',
דוויבאלד אז עס איז דא א מעגליכקייט אז איר זאלט זיך נאר אמאל טרעפען, דארפמען זעהן - וואס פאר א ווירקונג וועט דאס האבען. וואס דענסטמאל וועסט דו קענען קלאהר מאכען דיינע געפילען, און נאכדעם באשליסען. און ווי געשריבען אין מיין פריערדיקען בריף - השם יתברך זאל דיר פירען אין דער וועג וואס גוט פאר דיר איז בגשמיות וברוחניות בטוב הנראה והנגלה.
הו'צה
נדפסה בלקו"ש חכ"ד ע' 458.