Chabad Library · The Rebbe

Igros Kodesh·Vol. 10·Letter 3068אגרות קודש·כרך י·ג'סח

אג'סח
בב"ה, כ"ט מ"ח, תשט"ו
גברוקלין.
דהרה"ח הוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ מוה"ר
האהרן שי'
והלוי וזוגתו הרבנית מרת חנה תחי'
זשלום וברכה!
חאיך בין געווען צופרידען צו באקומען אייערע בריף און אויך דעם גרוס דורך הרה"ח הוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ מוה"ר בן ציון שי' שם טוב שד"ר. און האפענטליך אז זעהענדיק אז מיט דער ביז יעצטיקער עניערגיע קען מען אויפטאן, וועט דאס ארויסרופען בא אייך נאר כחות אויף צו אויפטאן מכאן ולהבא ביתר שאת און מיט שמחה, וואס דענסטמאל טוט מען אויף כמה פעמים ככה.
טספעציעל בין איך געווען צופרידען צו לייענען אין אייער בריף וועגען דער ארבעט פון טהרת משפחה און די גרינדונג פון א פרויען קאמיטע אין דעם. און השי"ת זאל העלפען אז זיי זאלען טאן ערנסט און ענערגיש ווי עס פאסט פאר דעם, וועט דאס זיכער זיין בהצלחה.
יאון איר דארפט זעהען באווארענען אז די קאמיטע זאל ניט האבען קיין פאליטישער חאראקטער. ד.ה. וועלכעס זאל זיין פארבונדען מיט אגודה אדער מזרחי, וואס טייל מאל האלט דאס אפ פילע פרויען פון צו באטייליגען זיך אין דעם. און עס איז העכסט וויכטיג אז די צאל מעמבערס און אקטיווע טוערס זאלן זיין אין א מאקסימום צאל.
יאבברכה.
יבג'סח
מוה"ר אהרן: פאפאק, פילדלפיה.
יג וועגן דער ארבעט: ראה לעיל אגרת ג'סו.