Chabad Library · The Rebbe

Igros Kodesh·Vol. 10·Letter 3277אגרות קודש·כרך י·ג'רעז

אג'רעז
בב"ה, ט"ו שבט, תשט"ו
גברוקלין.
דשלום וברכה!
הבמענה על מכתבו - בלי הוראת זמן הכתיבה - אין וועלכען איר שרייבט אז איר ארבעט איצטער בא גיסען ביטאן און פרעגט מיין מיינונג בנוגע דעם איינארדנונג אויף ווייטער.
ועס איז באוואוסט מיין מיינונג פון לאנג אז די אלע וועלכע זיינען פאסיג פאר חקלאות אין כפר חב"ד דארפען זעהן משתדל זיין זיך סוף כל סוף צו איינארדנען זיך בא דעם, און אויב אפילו די ערשטע צייט וועט מען ניט קענען האבען די פולע פרנסה פון דעם און מ'וועט דארפען אויך פרנסה פון א זייטיגע באשעפטיגונג, אבער די ריכטונג און שטרעבונג דארף זיין צו איינארדנען זיך בא חקלאות על כל פנים בא ירקות, לול און ענליכעס, זעלבסט פארשטענדליך אז דאס איז פארבונדען מיט מצב הבריאות וכיו"ב, און השי"ת זאל אייך געבען דעם ריכטיקען געדאנק צו באשליסען ווי בעסער פאר אייך איז בגשמיות וברוחניות גם יחד.
זבברכה,
חבשם כ"ק אדמו"ר שליט"א
טמזכיר