Chabad Library · The Rebbe
Igros Kodesh· Vol. 10· Letter 3334אגרות קודש· כרך י· ג'שלד
אג'שלד
בב"ה, ט' אדר, תשט"ו
גברוקלין, נ.י.
דהוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצרכי ציבור וכו'
המוה"ר חיים זלמן שי' המכונה חז"ק
ושלום וברכה!
זעס האט מיר געפרייט צו באקומען די ידיעה וועגן דער מלוה-מלכה וואס ווערט איינגעארדנט לכבוד אייך, צו דער געלעגענהייט פון אייער פיל יעריקער טעטיקייט אין אגודת חסידי חב"ד, און פאר די ליובאוויטשער ישיבה.
חאזא צוזאמענקונפט איז וויכטיק דערפאר וואס זי ווייזט, אז די וויכטיקייט פון דער ארבעט און פון דעם גרויסן צוועק ווערט אנערקענט און אפגאשאצט, און עס איז צו האפן, אז דער דאזיגער געפיל וועט אויך ווייטער באהערשן די פירער און פירערינס און אנטיילנעמער אין דער מלוה מלכה, און וועט ווערן אויסגעדריקט אין מעשים בפועל, אין א פארגרעסערטע און אויסגעברייטערטע ארבעט פון יעדן איינעם בכלל און בפרט.
טאזוי ווי די מלוה מלכה קומט פאר דעם קומענדיקן מוצאי שבת קודש פ' זכור, א פאר טעג פאר פורים, האט די צייט א וויכטיקן צוזאמענהאנג מיט דער געשעעניש, לויט ווי חסידים פארשטייען דעם אויסדרוק אז "מ'דארף לעבן מיט דער צייט". איינע פון די וויכטיקסטע נקודות וואס די מגילה לערנט אונז איז דאס, וואס די אידן אין יענער צייט, אין אנבליק פון דער גרויסער סכנה פון פארניכטונג ח"ו וואס האט באדרויט אונזער פאלק, מענער, פרויען און קינדער, א גאנץ יאר, האבן זיך ניט פארלאזן אויף די גרויסע פארבינדונגען וואס זיי האבן געהאט מיט דער מלוכה, דורך אסתר המלכה און דורך מרדכי היושב בשער המלך, נאר האבן פארשטאנען, אז די הצלה פון אידישן פאלק ליגט אין דער הצלה פון די אידישע קינדער, וואס דערפאר האט מרדכי היהודי פארזאמלט די אידישע קינדערלעך מאסן-ווייז און האט זיי געלערנט תורה ומצוות, ווי עס ווערט אויספירלעך דערציילט אין גמרא און מדרש.
יזעלבסטפארשטענדלעך, אז אין דער היינטיקער צייט איז אויך אזוי און נאך מער, און זייענדיק אין א פריי לאנד וואו צו ראטעווען אידישע קינדער, פאדערט ניט די זעלבע מאס מסירות נפש ווי אמאל, און וואו די מעגלעכקייטן זיינען גרויסע, דארף מען געוויס געדיינקען, אז די קינדער זיינען די צוקונפט און רעטונג פון אונזער פאלק, ניט נאר אין גייסטיקן זין, נאר אויך אין פשוט פיזישן און מאטעריעלן זין.
יאהיינט, ט' אדר, ווען דער בריוו ווערט געשריבן, איז דער טאג ווען כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע איז געקומען אין אמעריקע, און האט דאס אויבנדערמאנטע אונטערשטראכן פאר אמעריקאנער אידן, דערמיט וואס תיכף נאך זיין קומען אהער, נאך איידער ער האט זיך אפגערוט אדער איינגעארדנט זיך אליין, אפילו אין א סאמען עלעמנטארן אופן, האט ער געגרינדעט די ליובאוויטשער ישיבה און אנדערע מוסדות פאר חינוך הכשר והטהור.
יבאון בא דער געלעגנהייט וויל איך דערמאנען, אז איר ר' חיים זלמן און אייערע חשובע ברידער שיחיו האט זיך פון ערשטן מאמענט געשטעלט אין די ערשטע רייען מיטצוהעלפן אין דער ארבעט די גאנצע צייט. איך ווינש אייך צו קענען פייערן א סך יובילעאומס פון פרוכטבארער ארבעט, מוסיף והולך, וואס דאס שאפט די צנורות וכלים לברכות השי"ת בגשמיות וברוחניות.
יגבברכה.
ידג'שלד
מוה"ר חיים זלמן: קרעמער. אגרת נוספת אליו - לעיל ח"ז ב'קכא.
מוה"ר חיים זלמן: קרעמער. אגרת נוספת אליו - לעיל ח"ז ב'קכא.