Chabad Library · The Rebbe

Igros Kodesh·Vol. 10·Letter 3351אגרות קודש·כרך י·ג'שנא

אג'שנא
בב"ה, י"ז אדר, תשט"ו
גברוקלין.
דשלום וברכה!
האיך בין געווען צופרידען צו באקומען א גרוס פון אייך דורך הרה"ח הוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ מוה"ר שלמה זלמן שי' העכט. און לויט אייער בקשה וועל איך מזכיר זיין אייך און אלע אייערע בני בית שי', אויף דעם ציון הק' פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, צום גוטען געזונט און פרנסה.
ואון זיכער איז איבעריג צו אויפמערקזאם מאכען אז אפילו א גאנץ יאהר פארלאנגט הקב"ה, עבדו בשמחה, ד.ה. אז מען דארף זיין בשמחה אז מען איז פון די בני אברהם יצחק ויעקב, און בנים אתם לד' אלקיכם, און מען איז זוכה אז השי"ת איז משגיח בהשגחה פרטית אויף יעדער איינעם און איינע פון אונז אין יעדער צייט און אין יעדער ארט, און מה דאך ווען מען איז זוכה צו אזא כבוד צו זיין מיט א מלך בשר ודם חדר לפנים מחדר, וואלט דאך דאס געבראכט א דערהויבענקייט און שמחה, מכל שכן נאך פיל פאכיגער, דארף דאך ארויסרופען רוממות ושמחה די נאהענקייט מיט מלך מלכי המלכים הקב"ה, ווי עס ווערט ערקלערט בארוכה אין תניא פרק מ"ו.
זאון א צווייטער געדאנק איז אויך אין דעם, אז ווען מען געפינט זיך צוזאמען מיט דעם מלך מלכי המלכים הקב"ה, איז דאך זיכער, ווען מען געדיינקט דאס, אז עס קען ניט זיין קיין ניט גוטע זאך, ווארום קיינער האט ניט קיין שליטה אין דעם ארט אויסער הקב"ה אליין, איז טאמער אפילו אמאל מאכט זיך א ענין, וואס מען פארשטייט ניט דעם טוב הפנימי וואס אין דעם איז, איז דאס נאר צוליב דעם, וויילע מען האט זיך ניט גענוג אריינגעטראכט צו אויסגעפינען דאס, און סוף כל סוף זעהט מען אז כל מה דעביד רחמנא לטב עביד.
חאון איך האף אז די אויבענדערמאנטע שורות וועלען זיין גענוגענד צו ערוועקען אין אייך אט די התבוננות, און וועט גלייך קומען צו דעם ריכטיגען בטחון בהשם יתברך, און אז יעדער איד דארף זיין שטארק אין בטחון, און האט עס אויך לפחות בהעלם, און במילא צו זיין אויך בשמחה אמיתית.
טבברכה לבשו"ט בכל הנ"ל.