Chabad Library · The Rebbe
Igros Kodesh· Vol. 10· Letter 3376אגרות קודש· כרך י· ג'שעו
אג'שעו
בב"ה, כ"ט אדר, תשט"ו
גברוקלין.
דהוו"ח אי"א נו"נ כו' מו"ה מרדכי שי'
השלום וברכה!
ואיך בין געווען צופרידען צו באקומען א ידיעה וועגען אייך דורך הרה"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ מוה"ר יוסף יהודא שי' חן, וועלכער שרייבט מיר אויך וועגען אייער אקטיווען איינטייל אין צוגרייטען דעם פורים-אווענט, וועלכער איז פארגעשטעלט געווארען דורך תלמידות פון בית רבקה תחיינה, וואס אויב אין אלע ערטער און אויף אלע צייטען איז געזאגט געווארען אז מצוה לפרסם עושי מצוה, און נוצען דעם ענין פון קנאת סופרים תרבה חכמה, על אחת כמה וכמה אין אונזער דור עלוב ויתום אז מען דארף אננעמען אלע מיטלען צו פארשטארקען און פארשפרייטן אידישקייט ברוח ישראל סבא, אין וואס מער ברייטערע קרייזען און ספעציעל צו אויסנוצען אויף דעם די זמני רצון, וואס דענסטמאל איז יעדער זאך וואס עס איז פארבונדען מיט תורה ומצוה האט דענסטמאל א ספעציעלע הצלחה, דאס זיינען די זמנים פון שבתות ימים טובים וחנוכה ופורים וכו'.
זאון בפרט נאך אין די לעצטע יארען וואס אויף יעדערן פון אונז שארית הפליטה איז ארויפגעלייגט אויך די ארבעט וואס ביז יעצט פלעגט זי געטאן ווערן דורך די וועלכע זיינען נהרגו על קידוש השם הי"ד.
חאון אלס צוגאב צו דעם אלעס ווען עס רעט זיך וועגען קינדער, וואס עס איז א דורכאויס א מוז אריינגעבען אין זיי די שטארקייט צו געגען שטעלען זיך די אלע ניט געוואונשענע ווינטען, וועלכע בלאזען פון דער גאס, און ווילען אריינדרינגען אין די הייזער אויך פון אידישע קינדער, און ספעציעל איז גרויס די סכנה פון די פשרות ווינטען, וואס זיי זאגען אז אס מאכט ניט אויס אז מען איז ניט אזוי קנאות'דיק, ווי מען איז געווען אמאליגע צייטען, און אין א קורצער צייט ארום זאגט מען שוין, אז עס מאכט ניט אויס אז מען איז ניט אזוי אידישליך ווי אמאל, און סוף כל סוף ווייס מען ניט וואו אפשטעלען זיך.
טאון דעריבער איז א ליובאוויטשער חינוך - וואס פארבינדט דעם דור מיט דעם עבר און ערקלערט זיי, אז זיי זיינען בני ובנות אברהם יצחק יעקב, שרה רבקה רחל לאה, און דעריבער מוזען אויך זיי נאכגיין אין די וועגען, ווי עס איז אונז אנגעזאגט געווארען אין אונזער תורה תורת חיים, וואס נאר דענסטמאל קען מען זיין זיכער אז עס וועט אויסוואקסען א דור ישרים יבורך.
יאון דער זכות פון די אלע וועלכע העלפען אין דעם יעדערער אויף זיין אופן און מיט זיינע גאנצע מעגליכקייטן, זאל ביישטיין יעדערען פון זיי אין דעם וואס ער באדארף מיט זיין פאמיליע - שיחיו.
יאבברכה לחג פסח כשר ושמח,
יבבשם כ"ק אדמו"ר שליט"א
יגמזכיר
ידג'שעו
מו"ה מרדכי: סגל, פריז. נוסח דומה נשלח למו"ה יצחק בלאנקאווסקי.
מו"ה מרדכי: סגל, פריז. נוסח דומה נשלח למו"ה יצחק בלאנקאווסקי.