Chabad Library · The Rebbe

Igros Kodesh·Vol. 11·Letter 3393אגרות קודש·כרך יא·ג'שצג

אג'שצג
בב"ה, ח' ניסן, ה'תשט"ו
גברוקלין, נ.י.
דלכבוד הפר[ע]זידנט הגבאים ומתפללי ביתה
הכנסת
ונוסח אר"י אלבאני פארק
זה' עליהם יחיו
חשלום וברכה!
טדורך הרה"ג והרה"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ וכו' מוה"ר שלמה זלמן שי' העכט איז ערהאלטען געווארען אייער ביישטייער פאר מעות-חטים וואס ווערט פארטיילט בארצנו הקדושה, תבנה ותכונן על ידי שיח צדקנו.
יאיינע פון די הוראות פון דעם יום-טוב פסח, זמן חירותנו, איז -
יאאז מאטעריעלע פרייהייט, פרייהייט פון פיזישע שקלאפעריי און נויט, איז פאר זיך אליין נאך ניט דער אמת'ער צוועק. עס דארף דינען צו דערמעגליכען און פירען צו גייסטיקער באפרייאונג, די באפרייאונג פון דער נשמה,
יבוואס דאס איז געווען אויך דער ציל פון יציאת מצרים - בהוציאך את העם מצרים תעבדון את הא' על ההר הזה - מתן תורה.
יגאזוי איז עס מיטן כלל און אזוי איז עס מיטן פרט. וואס דערפא איז דער מנהג ישראל - וואס תורה הוא - אז א איד הייבט אן זיין זמן חירותנו מיט טאן א מצוה, און א מצוה וואס איז שקול כנגד כל המצות - צדקה - ער גיט פאר סח - מעות חטים און פאר דער סדר זאגט ער: כל דכפין ייתי וייכול.
ידאין דעם פולן זין פון זמן חירותנו, שיק איך מיין ברכה צו געניסען חירות אמתית, חירות פון דאגות בגשם און פון דאגות ברוח, פון יעדע זאך וואס שטערט צו עבודת השם בשמחה ובטוב לבב.
טואון ממשיך זיין די שמחה און חירות על כל השנה כולה.
טזבברכת חג הפסח כשר ושמח.
יזג'שצג
נדפסה בלקו"ש ח"ז ע' 249 והושלמה ע"פ העתק המזכירות.
יחאגרת דומה נשלחה לכמה.