Chabad Library · The Rebbe

Igros Kodesh·Vol. 11·Letter 3513אגרות קודש·כרך יא·ג'תקיג

אג'תקיג
בב"ה, כ"ה אייר, תשט"ו
גברוקלין.
דשלום וברכה!
האין ענטפער אויפן בריף אין וועלכען דו שרייבסט וועגען בלבול המחשבות.
ודו דארפסט ריידין וועגען דעם מיט דיין משפיע פון חסידו, און בשעת'ן דאוונען זאלסט דו דאוונען פון סידור און ניט אויף אויסוויניג, און אויך דאס רוב פון לערנען א חוץ דאס וואס מען לערנט אויף אויסוויניג זאלסט דו לערנען פון פון דעם ספר אדער קונטרס, און אז מען קוקט אריין אינווייניג זיינן די אותיות מאירות, און השי"ת זאל דיר העלפען צו לערנען בשקידה ובהתמדה, און מצליח זיין אין די מסיגות שבת וואס דו פירסט אן, און בכלל אין גוטער השפעה אויף דיינע חברים שיחיו.
זבברכה,
חבשם כ"ק אדמו"ר שליט"א
טמזכיר