Chabad Library · The Rebbe
Igros Kodesh· Vol. 11· Letter 3570אגרות קודש· כרך יא· ג'תקע
אג'תקע
בב"ה, י"ט סיון, תשט"ו
גברוקלין.
דשלום וברכה!
האין ענטפער אויך אייער בריף פון ג' בהעלותך, אין וועלכען איר זייט חושד פלוני בן פלוני, אז ער האט מיר ניט איבעגעגעבען אייער בריף וכו'.
ודער חשד איז אומבאגרינדעט, ווארום די אלע בריף וואס קומען אן אויף מיין נאמען באקום איך זיי, און לייען זיי אליין, חאטש דעם ענטפער אויף זיי קומט טיילמאל מיט דעם אונטערשריפט פון איינעפ פון מיינע סעקרעטארין צו וועמענס אפטיילונג דאס געהערט, און אזוי אויך אין דער פראגע פון שיקען דרוק זאכען, וואס ניט איך פארנעם זיך מיט דעם, און דעריבער האט איר באקומען דעם ענטפער אויף אייער בריף מיט די חתימה פון דעם אנדערען, וואס דאס איז זיין אפטיילונג, און נאר בכדי אראפנעמען דעם חשד פון בן ישראל, שרייב איך דיזן בריף.
זבנוגע צו דעם גוף השאלה, איז יעדער ענין האט זיך זיין סדר עבודה, און די זאך פון פארשפרייטען ספרים געדרוקטע, אין אירופא בכלל און צרפת בפרט, איז דאס איבערגעגעבען געווארען צו דער לשכה אין פאריז, וועלכעס וועט אויך אנגעפירט פון דאנען, און דעריבער איז אין די אלע פראגען דארפט איר זיך ווענדען נאר צו דער לשכה אין פאריז.
חזיכער האט איר געהערט פון די דריי שיעורים השוים לכל נפש מתקנת כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, א) צו זאגען יעדער טאג נאכן דאוונען אין דער פריה א שיעור תהלים (ווי דער תהלים איז פארטיילט אויף די טעג פון חדש). ב) לערנען יעדער טאג א פרשה חומש מיט פירוש רש"י פון דער סדרה פון דער וואך - זונטאג פון אנהויב סדרה ביז פרשה שני, מאנטאג פון פרשה שני בין שלישי א.א.וו. ג) לערנען יעדער טאג א שיעור תניא, ווי דער תניא ווערט פארטיילט אויף די טעג פון יאר. און וועט דעם אפהיטען על כל פנים פון איצטער אן און ווייטער, והשי"ת יצליחו.
טבברכה.