Chabad Library · The Rebbe
Igros Kodesh· Vol. 11· Letter 3571אגרות קודש· כרך יא· ג'תקעא
אג'תקעא
בב"ה, כ' סיון, תשט"ו
גברוקלין.
דאגודת נשי ובנות חב"ד
הסניף טאראנטא
וד' עליהן תחיינה
זברכה ושלום!
חדורך הרה"ג והרה"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ רב פעלים לד' ולתורתו וכו' מוה"ר דוב יהודא שי' שחט, האב איך ערהאלטען א טשעק אויף 1200$ לטובת די יונגע יתומים...
טשיחיו, אויף צו פארניצען אויף א פאסענדען אופן אין די פאסענדע צייטען, און בייגעלייגט איז דא א קבלה פון מחנה ישראל, וועלכע באשעפטיגט זיך מיט אזעלכע ענליכע ענינים.
ידי עצם זאך אליין, נדבת לבן הט' צו זאמלען דעם סכום פאר די יתומים, צייגט, אז עס איז איבעריג צו ערקלערין דעם גרויסען ערך פון דעם ענין צו העלפען יתומים בכלל ובפרט העלפען יתומים וועלכע געפינען זיך אין אהלה של תרה, און באקומען או חינוך על טהרת הקדש, און גייען אין דעם וועג פון תורה און מצוה, וואס בעזרת השי"ת וועלגען זיי אזוי אויך איינארדנען זייער לעבען.
יאאיך וויל נאר דא אונטערשטרייכן דעם ווארט פון רבנו הזקן בעל התניא והשו"ע, וואס ער שרייבט וועגען דער מעלה פון צדקה בכלל, אז די געלט וועלכע מען גיט אוועק אויף צדקה - דערהויבט דאס די איבעריגע אייגגענטום אז דאס גאנצע זאל זיין א מכון לשבתו ית'.
יבוואס פון דעם איז פארשטענדליך, אז דארט וואו עס געפינט זיך השם יתברך, וועלכער איז עצם הטוב, וועט זיין דורכאויס טוב וחסד, אין אנדערע ווערטער, אז די גאנצע געלט וועט פארנוצט ווערען נאר אויף געזונטע און פרייליכע זאכן.
יגאון ספעציעל ווען עס האנדעלט זיך - העלפען שטעלען זיך אויף די פיס יונגע יתומים, וואס יעדער פון זיי וועט זיינער צייט בויען א הויז בישראל בנין עדי עד, איז די אלע באטייליגטע אין דער יעצטיגער הילף, באקומען אויך א חלק אין דעם בנין עדי עד, וואס צדקתם עומדת לעד.
ידומדתו של הקב"ה מדה כנגד מדה, צו ממשיך זיין יעדערער פון די איינטייל נעמער אין דעם - מענער און פרויען - ברכה והצלחה אין די עניינם הפרטים. און אז איר זאלט קענען געזונטערהייט און מיט פרייליכע הערצער פארטזעצען און פארגרעסערען אייער ארבעט אן די עניינם פון תורה ומצוה, וואס זיי און זייער שכר זיינען נצחיים וקיימים לעד.
טובברכה לכל אחת ואחת - הן וב"ב שיחיו,
טזמ. שניאורסאהן
יזג'תקעא
נדפסה בלקו"ש ח"ט ע' 295 והושלמה ע"פ צילום האגרת.
נדפסה בלקו"ש ח"ט ע' 295 והושלמה ע"פ צילום האגרת.