Chabad Library · The Rebbe

Igros Kodesh·Vol. 11·Letter 3659אגרות קודש·כרך יא·ג'תרנט

אג'תרנט
בב"ה, כ"ב תמוז, תשט"ו
גברוקלין.
דהוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ מוה"ר חיים שי'
השו"ב
ושלום וברכה!
זאין ענטפער אויף אייער בריף פון עש"ק פנחס, און זיכער האט איר שוין באקומען מיין ענטפר אויף אייער פריערדיקען בריף.
חאיך בין געווען צופרידען צו לייענען אין אייער בריף, אז איר טוט אין די ענינים פון מעמד, און זיכער וועט דאס אייך בריינגען א תוספת הצלחה אין געוזנט און אייערע ענינים הפרטים.
טאיך האף אז איר זוכט ענערגיש אויף א פאסענדען אופן צו לערנען פארן עולם, וכיו"ב. וואס נוסף אויף דעם עיקר, די תועלת אין רוחניות, קען מען האפען אז מיט דער צייט זאל דאס אויך זיין א נוצען בגשמיות.
יזעלבסט פארשטענדליך אז אלע הוצאות וואס איר האט אין פארבינדונג מיט די ענינים פון מעמד, מוז דאס גיין אויפן חשבון פון ועד המעמד, און ווי עס איז באוואוסט אין דעם דער סיפור פון כ"ק מו"ח אדמו"ר אז ווען זיין פאטער כ"ק אדמו"ר מוהרש"ב - זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, האט געשיקט הגביר האדיר מוה"ר שמואל ע"ה גורארי' מיט א שליחות אין פעטערסבורג, האט ער עם געגעבען פון זיין קאסע וויפיל מען דארף אויף הוצאות. און הגם עס איז דאך זעלבסט פארשטענדליך ווי צופרידען עס איז געווען החסיד הגביר האדיר מוה"ר שמואל ע"ה פון דער שליחות און דאך האט דער רבי געוואלט אז די הוצאות זאל גיין דוקא פון זיין קאסע, און ווי דאס ווערט ערקלערט אין אנדערע ערטער דעם טעם פון דעם.
יאלויט אייער בקשה וועל איך מזכיר זיין אייך און אייער פרוי תחי' אויף דעם ציון הק' פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, צום גוטען געזונט ולאריכות ימים ושנים טובות, והשי"ת יצליחו לבשר בשורות טובות בהנוגע לעצמו ולבני ביתו ולכל הסביבה.
יבבברכה.
יגג'תרנט
מוה"ר חיים: פלוטקין. אגרות נוספות אליו - לעיל ח"ז ב'מד, ובהנסמן בהערות שם.