Chabad Library · The Rebbe

Igros Kodesh·Vol. 11·Letter 3738אגרות קודש·כרך יא·ג'תשלח

אג'תשלח
בב"ה, א' אלול, תשט"ו
גברוקלין.
דשלום וברכה!
ה... לויט ווי איר שרייבט אז איר דאווענט פארן עמוד, ווייסט איר מסתמא דעם מנהג פון פילע יארען אין דעם, אז אייניגע טעג פארן דאוונען פאר דעם צבור, איבערקוקען אלע תפלות או פיוטים, צו וויסען לכל הפחות דעם פירוש המלות כפשוטו, אזוי דארף מען טאן א גאנץ יאר צו איבער'חזר'ן אויך דאס וואס מען ווייס שוין, או זעלבסט פארשטענדליך צו וויסען פון די דיני התפלה בכלל, און דאס וואס איז נוגע צו דעם וואס דאווענט פארן עמוד בפרט, והשם יתברך זאל אייך מצליח זיין בכל האמור לעיל.
ובברכת כתיבה וחתימה טובה.
זג'תשלח
דעם מנהג: ראה גם לעיל ח"ז אגרת ב'רכד, ובהנסמן בהערות שם. לקמן ג'תשצח.