Chabad Library · The Rebbe
Igros Kodesh· Vol. 11· Letter 3803אגרות קודש· כרך יא· ג'תתג
אג'תתג
בב"ה, ימי הסליחות, ה'תשט"ו
גברוקלין, נ.י.
דאל בני ובנות ישראל אשר בכל מקום ומקום
הה' עליהם יחיו
ושלום רב וברכה!
זצום אנקומען פון דעם נייעם יאהר, וויל איך ווינשען יעדערען און יעדערע בתוך כלל ישראל - לויט דעם אור-אלטען נוסח - א שנה טובה ומתוקה.
חראש השנה, אנהויבס יאהר, איז באשטימט געווארען, דורך אונזער תורה, אויף דער צייט אין יאהר אין וועלכער די וועלט איז באשאפען געווארען, אבער ניט אויף דעם ערשטען טאג פון דער באשאפונג, נאר אויף דעם זעקסטען טאג ווען עס איז באשאפען געווארען דער מענטש.
טדי גרויסקייט פון דעם טאג און דער באשאפונג, באשטייט ניט אין דעם וואס עס איז צוגעקומען נאך א באשעפעניש און א באשעפעניש מיט א שטופע העכער פון די פריערדיקע, אזוי ווי חי (לעבעדיקע באשעפענישען) איז העכער פון צומח (געוויקסען) און צומח איז העכער פון דומם (שטיינער, ערד א.ז.וו.),
ינאר אין דעם וואס עס איז צוגעקומען א באשעפעניש וואס איז שלא-בערך אנדערש פון פריערדיקע,
יאווארום ער האט דערקענט דעם באשעפער אין דער בריאה, און נאך מער, ער האט אויבגעהויבן די גאנצע בריאה צו דעם געפיל, און מיט דעם, צו איר מדריגה פון שלימות.
יבווארום דערפילען און דערזעהן ג-טליכקייט אין בריאה - איז דער ענד-ציל פון דער גאנצער באשאפונג.
יג* * *
ידאיינע פון די הויבט שטריכען מיט וועלכע דער מענטש אונטערשיידט זיך פון אלע אנדערע באשעפענישען - איז די בחירה חפשית (פרייער אויסוואהל) ואוס דער באשעפער האט עם געגעבען,
טווואס דער מענטש קען זי אוסניצען אין צוויי געגענזייטיגע ריכטונגען: אדער, רחמנא ליצלן, גיין אויפן וועג וואס בריינגט צום צושטערען זיך און בריינגען ארום זיך חורבן. אדער, פארקערט - אויסצוקלייבן דעם ריכטיגען וועג אין לעבען, און דורכדעם דערהויבען זיך און די בריאה צו איר העכסט מעגליכער מדרגה.
טזאון אויף צו דערקענען דעם וועג און געפינען די לעבענס אויפפירונג וואס פירט צו דעם ענד-ציל, איז אונז געגעבען געווארען די תורה,
יזוואס די תורה איז א ג-טליכע און אייביקע און אירע אנוויזונגען זיינען אויף אלע צייטען און אין אלע ערטער.
יח* * *
יטמיט דעם אייגענעם שכל קען א מענטש דערצו ניט דערגרייכען, ווארום זיין שכל איז דאך א באגרענעצטער.
כדער שכל קען עם בלויז דינען - אויף ענטדעקען און ארויסבריינגען אין עם די אינערע אבסאליוטע געוויסהייט וואס ער האט און די אמונה פשוטה אין די זאכען וואס זיינען העכער פונם שכל, און דערמיט באלעבען זיין גאנצען וועזען און געפינען דעם ריכטיגען וועג אין טאג טעגליכען לעבען, וואס דאס איז דער דרך התורה והמצוה.
כא* * *
כבראש השנה שטעלט זיך דער מענטש ניט בלויז פארן ג-טלעכען משפט, נאר אויך פאר א משפט איבער זיך אליין.
כגער דארף באשליסען - אז ער נעמט אויף זיך צו דערפילען זיין אויפגאבע און פליכט, צו דערהויבן זיך און די וועלט ארום זיך צו דער אנערקענונג פון דעם אנזאג "בואו נשתחוה ונכרעה נברכה לפני ה' עושנו" (לאמיר זיך בויגען, קניען און אונטערווארפן זיך פאר דעם אויבערשטען אונזער באשעפער)
כדווי דער ערשטער מענטש, אדם הראשון, האט עס געטאן אין דעם ערשטען טאג פון זיין באשאפונג, דעם ערשטען ראש השנה.
כהוואס דאס מיינט א טאג-טעגליכען לעבען על פי התורה.
כואון ניט, חס ושלום, נעמען דעם וועג וואס פירט צום אפגרונט, צו צושטערונג און פארניכטונג.
כז* * *
כחאון זאל א מענטש ניט טראכטען: וואס בין איך און ווער בין איך, צו האבען אזא געוואלדיקען כח.
כטווארום מיר האבען, ליידער, געזען וואס גאר א קליינע מאטעריעלע כמות קען "אויפטאן" אין צושטערען שטעט און לענדער דורך אטאמישע קראפט.
לאון אויב אויך צושטערונג האט א קליינע כמות אזא געוואלדיגע קראפט, וואס צושטערונג איז דאך געגען דער כוונה און תכלית פון דער באשאפונג,
לאאיז אויף בויען און שטייגען העכער - א ודאי און נאך פילפאך גרעסער, דא די נויטיגע קראפט בא יעדען אייצעלנעם מענטשען, אויף דעם גיט עם דער באשעפער ספעציעלע כחות און מעגליכקייטען, כדי צו קענען דערהויבען זיך אליין צו דער נויטיקער הויך, העלפען אויך אנדערע דאס טאן, און דערהויבען די בריאה אלץ נעענטער צו שלימות,
לבביז מען וועט צוקומען, סוף כל סוף, צום צושטאנד אז "וידע כל פעול כי אתה פעלתו ויאמר כל אשר נשמה באפו ה' אלקי ישראל מלך ומלכותו בכל משלה".
לגבברכת כתיבה וחתימה טובה.
לדמנחם שניאורסאהן
להג'תתג
נדפסה בלקו"ש ח"ט ע' 415.
נדפסה בלקו"ש ח"ט ע' 415.