Chabad Library · The Rebbe
Igros Kodesh· Vol. 12· Letter 3832אגרות קודש· כרך יב· ג'תתלב
אג'תתלב
בב"ה, י"ח תשרי, תשט"ז
גברוקלין.
דמתפללי בית הכנסת לאמבארד סטר. בעיר
הדובלין,
וובראשם הגבאי מר צבי מאזלין
זד' עליהם יחיו
חשלום וברכה!
טדורך הוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ מו"ה שלום מענדל שי' שו"ב קלמנסן, איז מיר אנגעקומען די גוטע בשורה, אז אין אייער שוהל ווערט אנגעהאלטען די תקנת קדמונים צו זאגען יעדער טאג אין דער פריה נאכן דאוונען דעם יום תהלים - ווי דער תהלים ווערט פארטיילט אויף די טעג פון חדש -.
יואשרי חלקם, און די גרויסקייט פון דעם זכות איז גאר ניט גענוג ווערטער צו ערקלערין ווי עס ווערט ערקלערט אין פילע ספרים און אויך אין די בריף פון כ"ק אדמו"ר (מוהריי"ץ) זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע וועלכעס א טייל פון די בריף זיינען געדרוקט צום סוף פון דעם תהלים אהל יוסף יצחק.
יאאון אלס מתנה שיקען מיר אייך 10 תהלים אהל יוסף יצחק אין א באזונדער פאקעט, און זיכער וועט איר באשטעטיגען די ערהאלטונג
יבבברכה אז איר זאלט גיין מחיל אל חיל וביתם יהי' בית תפלה אמיתי כרצונו יתברך ויתעלה.
יגבכבוד הראוי,
ידהמזכיר