Chabad Library · The Rebbe
Igros Kodesh· Vol. 12· Letter 3841אגרות קודש· כרך יב· ג'תתמא
אג'תתמא
בב"ה, אדר"ח מ"ח, תשט"ז
גברוקלין.
דשלום וברכה!
האין ענטפער אויף דיין בריף פון כ"ו תשרי, אין וועלכען דו פרעגסט: וועגן,
וא) ניט געוואונשענע מחשבות.
זאיז באוואוסט די עצה צו דעם, מעט אור דוחה הרבה חושך, און דעריבער דארפמען זיין איינגעטונקען אין מחשבות פון תורה ותפלה און זיין בקי אויף אויסווייניג פרקים משניות, פרקים תניא, ומה טוב לפחות לייכטע פארשטענדליכע מאמרי חסידות, וואס דאס אלץ העלפט צו באפרייען זיך פון מחשבות לא טובות.
חב) וואס טוט מען, אז יעדער זאך ווערט געטאן מיט א פני'.
טאין דעם דארף מען זיין זייער פארזיכטיג, ווארום מערערע מאל, אז דער יצר הרע וויל אפהאלטען א אידען פון צו טאן א גוטע זאך, פרובירט ער אויף דעם וועג, צו איינריידין עם, אז דאס טוט ער צוליב א פני', במילא איז גלייכער, אז ער זאל אינגאנצן ניט טאן, און דאס איז היפך פסק רבותינו ז"ל לעולם יעסוק בתורה ומצות שלא לשמה שמתוך שלא לשמה בא לשמה, און דעריבער, ניט קוקענדיג אויף דעם וואס זעלבסט פארשטענדליך דארף מען טאן מיט אז סוף כל סוף זאל יעדער זאך געטאן ווערען אן א פני', אבער דערוויילע, אויב דאס איז נאר א גוטע זאך דארף מען זיך ניט אפהאלטען ח"ו פון טאן דאס, און ווי אויבען געזאגט.
יאון אין דאס אויבען געזאגטע בכלל צו סייעתא דשמיא, העלפט פיל ווען מען פועל'ט אויף חברים און דער סביבה צו מאכען זיי נעהענטער צו אידישקייט בכלל און צו חסידות בפרט, וואס דאס איז צדקה ברוחניות, ועל זה נאמר וצדקה תרומם גוי, וכמבואר בתורה אור ריש פרשת בראשית.
יאבברכה לתלמוד תורה מתוך שמחה ויראת שמים,
יבבשם כ"ק אדמו"ר שליט"א
יגמזכיר
ידג'תתמא
נדפסה בלקו"ש חי"ז ע' 500.
נדפסה בלקו"ש חי"ז ע' 500.