Chabad Library · The Rebbe

Igros Kodesh·Vol. 12·Letter 3888אגרות קודש·כרך יב·ג'תתפח

אג'תתפח
בב"ה, י"ז חשון, תשט"ז
גברוקלין.
דמרת שולע שפרה תחי'
הברכה ושלום!
ואיך בין געווען צופרידען צו באקומען אייער בריף פון י"א חשון, אין וועלכען איר שרייבט וועגען דער השתדלות בנוגע צו חלב ישראל, און די פערשידענע מעגליכקייטען וועלכע זיינען פראן אין דעם, און השם יתברך זאל העלפען אז איר זאלט ניט אפגעשוואכט ווערען אין דער ארבעט און דענסטמאל וועט דאס זיון בהצלחה, ווי עס איז פארזיכערט געווארען חסידים ואנ"ש אז אין יעדער ענין פון תורה יראת שמים ומדות טובות וועלען זיי מצליח זיין (קיצורים והערות לתניא סוף עמוד קכ"ב).
זאון בפרט אין דעם ענין, וואס אויסער די עצם זאך אליין וועט דאס זיין אויך א קידוש השם, אז ביז איצטער איז די גאנצע זאך געווען פארלאזען און די נשי ובנות חב"ד האט זיך איינגעגעבען צו מאכען דעם תיקון דעם גרויסען, און דער זכות זאל אייך ביישטיין, און די אלע וואס טוען אין דעם, אין דעם וואס זיי באדארפן בגשמיות וברוחניות.
חבברכה,
טבשם כ"ק אדמו"ר שליט"א
ימזכיר
יאג'תתפח
מרת שולע שפרה תחי': קצנלנבויגן, קליוולאנד.