Chabad Library · The Rebbe
Igros Kodesh· Vol. 12· Letter 3944אגרות קודש· כרך יב· ג'תתקמד
אג'תתקמד
בב"ה, ט' כסלו, תשט"ז
גברוקלין.
דברכה ושלום!
האין ענטפר אויף אייער בריף פון /11;10amp&.
ולויט אייער בקשה וועט מען אייך מזכיר זיין אויף דעם ציון ה'ק פון מיין שווער כ"ק אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, צו דער ערפילונג פון אייער הארץ פארלאנג צום גוטען. און אזוי ווי דאס האבען קינדער איז איינע פון די וויכטיגסטע מצות וואס השם יתברך האט אנגעזאגט צו עידער איינעם פון אידישע קינדער, דארפמען זיין שטארק אין בטחון אין דעם נותן התורה אז ער וועט העלפען אויך אז מען זאל קענען מקיים זיין די מצוה ווי ער ברוך הוא וויל. זעלבסט פארשטענדליך אז מען דארף אויך טאן בדרך הטבע לויט די אנווייזונג פון א דאקטאר ספעציאליסט אויף דעם געביט, אבער גלייכצייטיג מיט דעם האבען בטחון אז השם יתברך דער רופא כל בשר ומפליא לעשות וועט אין דעם העלפען, און איר וועט קענען אין דער פאסענדער צייט און אין א גוטער שעה אנזאגען גוטע בשורות אין דעם.
זזיכער נעמט איר איינטייל אין דער ארבעט פון נשי ובנות חב"ד אין... אויף א פאסענדען אופן, וואס דורך דעם ערפילט מען דעם רצון פון נשיאנו ה'ק - זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, און דורך דעם ווערט געמערט די ברכה פון השם יתברך.
חבברכה,
טבשם כ"ק אדמו"ר שליט"א
ימזכיר