Chabad Library · The Rebbe
Igros Kodesh· Vol. 12· Letter 3949אגרות קודש· כרך יב· ג'תתקמט
אג'תתקמט
בב"ה, י"ב כסלו, תשט"ז
גברוקלין.
דאגודת נשי ובנות חב"ד סניף צרפת
הד' עליהן תחיינה
וברכה ושלום!
זבאשטעטיג די ערהאלטונג פון אייער בריף פון ה' כסלו, נאך א לאנגען איבעררייס, וואס אויך אין דעם בריף, איז ניטא אויף דעם קיין ערקלערנוג, ויהי רצון אז פון היינט און וויטער זאל מען שרייבען אפטער און דער עיקר אז דאס זאל זיין מיט גוטע בשורות.
חאיך בין געווען צופרידען צו ליינען וועגען ארבעט אין פארלויף פון פאריגען זומער, און דער עיקר וואס מען האט זיך ניט באגרעניצט אין דעם אייגענעם איינגען קרייז, נאר האבען געזעהען צו אויפטאן און פארשפרייטען די ארבעט אין א ברייטערען און א ווייטערען קרייז, און האבען צוגעצויגען נאך פרויען, און געוויס וועט איר אויך וויטער פארזעצען אייער ארבעט אין דער ריכטונג צוציהען מער פרויען אין אייער איינפלוס קרייז און בפרט אינגערע פרויען וואס האבען ערשט אנגעהויבען צו בויען זייער צוקונפטיגע הויז אדער זיי דארפן ערשט אנהויבען צו בויען אידישע הייזער, אז זיי זאלען זיך אוועקשטעלען ריכטיג ווי אידישע טעכטער דארפען בויען הייזער איצטער און מיט דער צייט אויך דורות בא אידען.
טבאזונדערס בין איך געווען צופרידען פון דעם וואס איר רעכינט צו שטעלען זיך אין פארבינדונג מיט די עלטערן פון די קינדער וועלכע לערנען אין די תלמוד תורה'ס אדער פריוואט, וואס דאס איז דאפעץ(???) וויכטיגפאר די תלמידים פון די תלמוד תורה'ס און פריוואט מלמדים, און אויך מאכען נעהענטער די עלטערען צו די ענינים וואס עס ווערט געלערנט מיט זייערע קינדער, און דורך דעם פארשטארקען אויך דעם חינוך פון די קינדער. און איך האב געבעטען דער לשכה אין פאריז צו געבען א סובסידיע ספעציעל פאר דער ארבעט, 15 טויזענט פראנק.
יעס וואלט געווען גלייך צו שרייבען אפטער וועגען אייער ארבעט אין די צייטונג, וואס דאס העלפט צוציהען נאך חבירות און פארשטארקט אויך די וועלכע זיינען שוין באטייליטג אין דער ארבעט.
יאבברכה לבשורות טובות בכל הנ"ל.
יבבשם כ"ק אדמו"ר שליט"א
יגמזכיר