Chabad Library · The Rebbe

Igros Kodesh·Vol. 12·Letter 4058אגרות קודש·כרך יב·ד'נח

אד'נח
בב"ה, כ"ו טבת, תשט"ז
גברוקלין.
דבראנזוויל - איסט ניו-יארק ליידיס
האקזילערי פאר די
וישיבות תומכי תמימים ליובאוויטש
זה' עליהן תחיינה
חברכה ושלום!
טאין ענטפער אויף אייער מיטטיילונג, אז מארגען, מיטוואך פ' וארא, כ"ז טבת קומט פאר אייער יערלעכער באנקעט.
יהשם יתברך זאל העלפין ער זאל זיין בהצלחה, סיי בגשמיות און סיי ברוחניות.
יאאזוי ווי דער באנקעט קומט פאר אין דער וואך פון פרשת וארא, וואס די פרשה דערציילט וועגען מצרים און יציאת מצרים פון אמאל און גיט אויך אנדייטונגען אויף "יציאת מצרים" אין אונזער צייט, ווי זיך צו באפרייען פון גלות און פון אלע באגרעניצונגען בגשמיות וברוחניות.
יבאיז ספעציעל וויכטיג פאר דער אידישע פרוי בכלל - און עסקניות בפרט - צו געדענקען דעם ספעציעלען זכות און די ספעציעלע פליכטען וואס ליגען אויף דער אידישע פרוי, און דעם חלק וואס זי פארנעמט אין "יציאת מצרים" פון אמאל און היינט.
יגחז"ל דערציילען אונז, אז אין דעם זכות פון די נשים צדקניות זיינען די אידען אויסגעלייזט געווארען פון מצרים. זיי האבען זיך ניט דערשראקען פאר די גזירות פון מלך מצרים, וואס האט געוואלט פארניכטען אידישע קינדער, נאר זיי האבן אויפגעשטעלט, און מיט גרויס מסירת נפש, א דור פון אידישע קינדער, וואס האבען דערנאך געזאגט נעשה ונשמע און מקבל געווען די תורה.
ידאיך האף אז איר, אלס איבערגעגעבענע טוערינס פאר די ישיבות תומכי תמימים ליובאוויטש, וועלכע זיינען געגרינדעט געווארען דורך כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, און ערציהען די תלמידים אז זיי זאלען אנגעהן מיט דעם נעשה ונשמע - זייער גאנצען לעבען און שטייגען אין תורה תמימה ויראת שמים.
טווועט ווייטער אנפירען אייער ארבעט. און נאך מיט מער איבערגעגעבענהייט און מסירת נפש.
טזאון השי"ת זאל אייך אלעמען מצליח זיין - אין דעם און אויך אין אייערע ענינים הפרטים בגשמיות וברוחניות.
יזבברכה.
יחד'נח
נדפסה בלקו"ש חי"א ע' 198 והושלמה ע"פ העתק המזכירות.