Chabad Library · The Rebbe

Igros Kodesh·Vol. 12·Letter 4100אגרות קודש·כרך יב·ד'ק

אד'ק
בב"ה, ז' שבט, תשט"ז
גברוקלין.
דהוו"ח אי"א נו"נ בעל מרץ ובעל מדות רב
הפעלים
ומו"ה משה זלמן שליט"א
זשלום וברכה!
חנאכן לאנגען איבעררייס - חאטש איך באקום גרוסן וועגען אייך און אייער משפחה שיחיו - בין איך געווען צופרידען צו באקומען אייער בריף פון עש"ק ויחי, אין וועלכען איר שרייבט אויך וועגען אייער צופרידענהייט פון דער ענטוויקלונג פון דער ישיבה אהלי יוסף יצחק אין מעלבורן, און זיכער בריינגט די שמחה לויטן מאמר החסידים, שמחה פורץ גדר, אויף צו מוסיף זיין מיט נאך מער השתדלות צו פארשטארקען און פארגרעסערען די ישיבה, וועלכעס איז א מקור ברכה פאר אלע אידען אין מעלבורן און פאר דער גאנצער מדינה סיי בגשמיות און סיי ברוחניות. על דרך ווי די תורה דערציילט אונז, וואס מעשה אבות איז סימן לבנים, אז איידער יעקב אבינו איז געפארען אין מצרים, ואת יהודה שלח - להורות לפניו גושנה, זאגען רבותינו ז"ל, אז דאס איז צוגרייטען דארטען א ישיבה, און דורך דעם האט יעקב אבינו דער גרינדער פון ישיבה, געהאט דאס בעסטע לעבען דוקא אין מצרים, ווי עס איז באוואוסט די שאלה אין דעם וואס עס האט געפרעגט כ"ק אדמו"ר הצמח צדק בא זיין זיידען כ"ק רבנו הזקן בעל התניא, און וואס ער האט עם געענטפערט (זעה לוח היום יום עמוד יב).
טמיט א וואונש און האפנונג צו אקומען פון אייך נאך פילע יארען בשורות טובות בכל הנ"ל און אויך בשורות טובות בהנוגע צו זיך און אייער גאנצער משפחה סיי בגשמיות און סיי ברוחניות,
יאון דער זכות פון דעם בעל ההילולא - וועלכע וועט זיין ביום ב' יו"ד שבט הבע"ל - כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע אויף וועמענס נאמען עס ווארט אנגערופען דער מוסד הק', יעמוד לו ולב"ב בגשמיות וברוחניות.
יאבברכה לאריכות ימים ושנים טובות ולבשורות טובות.
יבד'ק
מו"ה משה זלמן: פייגלין, מלבורן. אגרת נוספת אליו - לעיל ח"ד תתלג.