Chabad Library · The Rebbe

Igros Kodesh·Vol. 12·Letter 4131אגרות קודש·כרך יב·ד'קלא

אד'קלא
בב"ה, כ"ד שבט, התשט"ז
גברוקלין, נ.י.
דצו אלע פריינט פון חינוך הכשר, און די
האנטיילנעמער
ואין דער יערלעכער חגיגה פון "בית שרה"
זבפרט
חה' עליהם יחיו
טשלום וברכה!
ידי יערלעכע חגיגה פון די "בית שרה" סקולס, וואס דארף פארקומען בע"ה זונטאג א' דראש חדש אדר, קומט אויס אין דער וואך פון דער סדרה תרומה, וואו עס ווערט דערציילט וועגן דעם בויען פון משכן און מקדש. דאס דארף דערמאנען און אונטערשטרייכען די וויכטיקייט פון דער אידישער פרוי און טאכטער אין אלע פרטים פונם אידישען לעבן - אלס טאן-געבערין און וועג-ווייזערין.
יאווארום, ווי די תורה דערציילט, זיינען די פרויען געווען די ערשטע צו נעמען א חלק אין בויען דעם הייליקען ארט פאר דער ג-טלעכער שכינה, און זיי האבן זיך אנטזאגט צו נעמען א חלק אין דעם גאלדענעם עגל, וואס איז געווען דער היפך דערפון.
יבא אידישע טאכטער, דרוך דער ריכטיקער ערציאונג ברוח התורה, פילט מיט אן אינערלעכן ג-ט געבענטשטן חוש, וואס איז הייליק און דארף געשטיצט ווערן, און וואס עס איז שעדלעך או דארף דערווייטערט ווערן פון אידישן לעבען.
יגאון אין דער איצטיקער צייט, ווען גוט און שלעכטס, ליכט און פינסטערניש, ווערן אפט פארטוישט, איז, נאך מער ווי אלעמאל, א לעאבנס-נויטווענדיקייט, אז די אידישע טאכטער זאל באקומען א תורה-חינוך על-טהרת-הקדש, כדי זי זאל קענען פארנעמען איר ריכטיקן ארט אלס עקרת-הבית, וואס אין אירע הענט, אין א גרויסער מאס, ליגט די צוקונפט פון בית ישראל.
ידאין די "בית שרה" סקולס ווערן אידישע טעכטער צוגעגרייט גאר פון דער פריסטער יוגנט אנצוהאלטן די מסורה (טראדיציע) פון אונזערע מוטערס שרה, רבקה, רחל און לאה, און די אלע דורות פון טרייע אידישע מוטערס וועלכע האבן געהיט און אפגעהיט די יסודות פון דער אידישער היים און דעם אידישען לעבן.
טואיך ווענדע זיך דעריבער מיט א קריאה של התעוררות צו אלעמען וועלכע האלטן טייער אידן און אמת'ע אידישקייט - וואס איינע אן די צווייטע קען ניט עקזעסטירען - און שאצן אפ די וויכטיקייט פון חינוך הבנות על-טהרת-הקדש, און צו אנ"ש בפרט, צו שטיצן די "בית שרה" סקולס, וועלכע זיינען געגרינדעט געווארען פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, און העלפען שאפו די פינאנציעלע מיטלען וועלכע זיינען נויטיק אויף אויפצוהאלטען די דאזיקע מוסדות און דערמעגלעכן זייער אויסברייטונג.
טזאון דער זכות פון שטארקן דעם חינוך בנות ישראל ברוח ישראל סבא וועט זיכער ביישטיין די שטיצער און מיטהעלפער, אז השם יתברך זאל זיי העלפן אין אלעס וואס זיי נויטיקן זיך בגשמיות וברוחניות.
יזבברכת כל טוב.
יחמ. שניאורסאהן
יטד'קלא
נדפסה בלקו"ש חט"ז ע' 606. ראה גם לקמן אגרת ד'קמח.