Chabad Library · The Rebbe
Igros Kodesh· Vol. 12· Letter 4148אגרות קודש· כרך יב· ד'קמח
אד'קמח
בב"ה, ג' אדר, התשט"ז
גברוקלין, נ.י.
דאגודת נשי ובנות חב"ד אין טאראנטא
הה' עליהן תחיינה
וברכה ושלום!
זאין צוזאמענהאג מיט דער ידיעה וועגן אייער אונטערנעמונג, זונטאג פ' תצוה ז' אדר, שיק איך דערמיט א באגריסונג און ברכה צו אלע אנטיילנעמער, און די חברות פון אגודת נשי ובנות חב"ד בפרט.
חאייער אונטערנעמונג קומט פאר אין דער צייט פון יאר ווען מען לייענט די סדרות וואו עס ווערט דערציילט וועגען דעם בויען פון משכן-מקדש, און וועגן דעם אנטייל פון די פרויען אין דער זאך.
טזיכער וועט דער אינהאלט פון די פרשות התורה נאכאמאל דערמאנען און אונטערשטרייכן די וויכטיקייט פון דער פרוי און טאכטער אין אלע פרטים פונם אידישען לעבן - אלס טאן-געבערין און וועג-ווייזערין.
יווארום, ווי די תורה דערציילט, זיינען די פרויען געווען די ערשטע צו נעמען א חלק אין בויען דעם הייליקן ארט פאר דער ג-טלעכער שכינה, און זיי האבן זיך אנטזאגט צו נעמען א חלק אין דעם גאלדענעם עגל, וואס איז געווען דער היפוך דערפון.
יאא באוואוסטזיניקע אידישע פרוי און טאכטער פילט מיט אן אינערלעכן, ג-ט געבענטשטן חוש, וואס עס איז הייליק און דארף געשטיצט ווערן און וואס עס איז שעדלעך און דארף דערווייטערט ווערן פון אידישן לעבן.
יבאון אין דער איצטיקער צייט, ווען גוטס און שלכטס, ליכט און פינסטערניש, ווערן אפט פארטוישט, יאז, נאך מער ווי אלעמאל א לעבנס-נויטווענדיקייט, אז אט דער אינערלעכער ג-טלעכער חוש פון דער אידישער פרוי און טאכטער זאל קומען צום אויסדרוק אין טאג-טעגלעכן לעבן.
יגאין דעם באשטייט טאקע די הויפט אויפגאבע פון די פארצווייגטע אגודות נשי ובנות חב"ד:
ידארויסצוברענגען די אינערליכע באוואוסטזיניקייט פון דער אידישער פרוי און טאכטער און זייער געפיל פון אחריות צו פארנעמען זייער ריכטיקן ארט אין בית ישראל און אלעס עקרת-הבית.
טואון שטענדיק צו געדענקען, אז אין זייערע הענט, אין א גרויסע מאס, ליגט די צוקונפט פון בית ישראל.
טזהשם יתברך זאל מצליח זיין אייער ארבעט און טעטיקייט, איר זאלט אויספירן אין דער פולסטער מאס, די אויבנדערמאנטע כוונה פנימית וואס עס איז אין דער גרינדונג פון די אגודות נשי ובנות חב"ד.
יזאון דורכדעם אויך צוגעבן און מוסיף זיין אין די ג-טלעכע ברכות פאר אייף און אייערע בני-בית שיחיו, בגשמיות וברוחניות.
יחבברכה.
יטד'קמח
נדפסה בלקו"ש ח"ו ע' 366 והושלמה ע"פ העתק המזכירות. ראה גם לעיל אגרת ד'קלא.
נדפסה בלקו"ש ח"ו ע' 366 והושלמה ע"פ העתק המזכירות. ראה גם לעיל אגרת ד'קלא.