Chabad Library · The Rebbe

Igros Kodesh·Vol. 12·Letter 4234אגרות קודש·כרך יב·ד'רלד

אד'רלד
בב"ה, י"ז ניסן, תשט"ז
גברוקלין.
דשלום וברכה!
ה...איך בין געווען צופרידען צו לייענען אין אייער בריף וועגען דער בעסערונג פון מצב הפרנסה, און איך האף אז עס וועט מקוים ווערען הרחב פיך ואמלאהו, און איר פון אייער זייט וועט מקיים זיין כפתגם רבנו הזקן, אז השם יתברך גיט אידען גשמיות און זיי מאכען פון די גשמיות רוחניות.
וזעלבסט פארשטענדליך איז נויטיג צו באנייען די שמועסין צווישען זיך אין ענינים פון יראת שמים וחסידות. און דאס וואס איר זאגט אז פריער דארפמען מאנען בא זיך, איז חאטש דאס איז א גערעכטע טענה, אבער בזמן הזה דארפמען ניט אפשטופען קיין עבודה בקדש, און מען דארף טאן ביידע זאכען גלייכצייטיג, מאנען בא זיך און בא אנדערע, און ניט ווארטען ביז מען וועט בא זיך אינגאנצען גוט מאכען, ועל דרך מה שאמר כ"ק אדמו"ר (מוהרש"ב) נ"ע, נדפס בקונטרס ומעין עמוד כב. זעלבסט פארשטענדליך אז איר קענט דאס איבערגעבען אויך אייערע חברים צו אנגיין בדרך הנ"ל, ווייל אויך זיי זיינען די רייד געמיינט.
זבברכה לבשו"ט בכל האמור.
חבשם כ"ק אדמו"ר שליט"א
טמזכיר
יד'רלד
כפתגם: ראה גם לעיל אגרת ג'תתקמג, ובהנסמן בהערות שם.