Chabad Library · The Rebbe
Igros Kodesh· Vol. 13· Letter 4329אגרות קודש· כרך יג· ד'שכט
אד'שכט
בב"ה, פסח שני, ה'תשט"ז
גברוקלין, נ.י.
דצו אלע חובבי תורה ומצוה
האון שטיצער פון מוסדות חינוך הכשר
וד' עליהם יחיו
זשלום וברכה!
חדער הילפס-רוף פון די בית-רבקה סקולס פון בראנזוויל און איסט-ניו-יארק, דארף ארויסרופן א באלדיגען אפקלאנג אין יעדער אידישער הארץ.
טדער מוסד וואס איז געגרינדעט געווארען דורך כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע מיט פופצן יאר צוריק, וואו עס לערנען זיך אידישע טעכטער, און וואס האט שוין ב"ה ארויסגעגעבען פיל הונדערטע תלמידות, דערצויגען אין תורה גייסט מיט יראת שמים, צו פארנעמען זייער ארט אלס עקרת-הבית - דער דאזיגער מוסד שטעהט היינט אין אן ערנסטע לאגע, צוליב שוועריקייטן וועלכע זיינען פארבונדן מיט דעם בנין פון דער סקול, וואס מוז פארריכט און אויסגעברייטערט ווערן, כדי צו באקומען די נויטיקע באשטעטיקונג פון דער שטאט פארוואלטונג.
יעס איז זיכער איבעריג מאריך צו זיין וועגן דער וויכטיקייט פון חינוך הבנות על טהרת הקדש בכלל, און בפרט וועגן דער לעבנס-וויכטיקייט פון די דערמאנטע בית-רבקה סקולס, וועלכע זיינען גוט באקאנט דער ברייטן אידישן עולם.
יאאיך ווענדע זיך דעריבער צו יעדן איינעם, בא וועמען תורה און תורה-אידישקייט איז טייער און הייליק, אפצורופן זיך ברייטהערציק אויף דעם ערנסטן הילפס-רוף פון די בית-רבקה סקולס פון בראנזוויל און איסט-ניו-יארק, סיי מיט דער גרעסטער אייגענער שטיצע, סיי דורך פערזענלעכער באמיאונג צוציען און מזכה זיין אויך אנדערע מיט דער גרויסער מצוה פון העלפן אין דעם חינוך הכשר פון אידישע טעכטער על טהרת הקדש.
יבוהשם יתברך, וואס מדתו איז מדה כנגד מדה, און נאך כמה פעמים ככה, וועט בענטשן די אלע שטיצער און עסקנים מיט אידישן נחת פון קינדער שיחיו און פון זיך אליין - מתוך הרחבה, בגשמיות וברוחניות.
יגבברכת כל טוב,
ידמ. שניאורסאהן
טוד'שכט
מיט פופצן יאר צוריק: ראה ס' "תולדות חב"ד בארה"ב" פרק נח.
מיט פופצן יאר צוריק: ראה ס' "תולדות חב"ד בארה"ב" פרק נח.