Chabad Library · The Rebbe

Igros Kodesh·Vol. 13·Letter 4400אגרות קודש·כרך יג·ד'ת

אד'ת
בב"ה, כ"ט אייר, תשט"ז
גברוקלין.
דהוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ מו"ה יונה שי'
השלום וברכה!
ואין ענטפער אויף אייער בריף פון ה' אייר.
זעס וואונדערט מיר וואס איר דערמאנט גארניט וועגען אייער עסקנות צבורית, וועגען וועלכעס איך פרעג אדער דערמאן אין מיינע בריף צו אייך, און האפענטליך וועט איר דאס ערגענצען אין אייער נעקסטע בריף.
חדי פ"נ בייגעלייגט צו אייער בריף, וועלען געלייענט ווערן - בלי נדר אויף דעם ציון הק' פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע...
טבברכה לקה"ת בשמחה ובפני'.
ינ.ב.
יאזיכער האט איר געהערט פון דער געשעהעניש אין כפר חב"ד באה"ק ת"ו און אין צוזאמענהאנג מיט דעם ווערט איצטער אנגעפירט א קאמפיין לטובת די בתי הספר למלאכה וחקלאות, אויף וועלכע עס איז געווען דער איבערפאל, ל"ע ול"ע. וואס לויטן ווארט פון רבנו הזקן, איז אין אזא ווארט ווערט נתגלה די מדת הרחמים וועלכע איז פיל גרעסער ווי מדת החסד שלפני' נחלה בלי מצרים ומבריח מן הקצה אל הקצה, האב איך איבערגעגעבען אייער טשעק אלס ערשטע איינצאלונג פאר דעם צוועק, און השי"ת זאל העלפען אז בקרוב ממש זאלט איר מוסיף זיין אויף דעם כמה פעמים ככה און אויך אייערע קינדער זאלן טאן אזוי און כמה פעמים ככה און דאס וועט פארגרעסערען די ברכות פון השם יתברך והצלחתו אין געזונט פרנסה און אז דאס זאל זיין מתוך מנוחת הנפש והרחבת הדעת. און ערווארטע פון אייך גוטע בשורות אין דאס אלץ אויבען געזאגטע.
יבד'ת
מו"ה יונה: דרעשער, באגאטא. אגרות נוספות אליו - לעיל חי"א ג'תרעו. ג'תשמב.
יג געשעהעניש אין כפר חב"ד: ראה לעיל אגרת ד'רפא, ובהנסמן בהערות שם.
יד ווארט פון רבנו הזקן: ראה לעיל אגרת ג'שז, ובהנסמן בהערות שם.