Chabad Library · The Rebbe
Igros Kodesh· Vol. 13· Letter 4428אגרות קודש· כרך יג· ד'תכח
אד'תכח
בב"ה, יו"ד סיון, תשט"ז
גברוקלין.
דמרת חי' תחי'
הברכה ושלום!
ו... בנוגע אייער שרייבען וועגען דער ארבעט צווישען פרויען. - איז זעלבסט פארשטענדליך אז מען דארף ארבעטין אין ביידע קרייזען - צווישען די וועלכע ווייסין כמעט גארניט פון אידישקייט און אויך צווישען די וועלכע ווייסין אבער ניט אין א גענוגענדער מאס, פארשטענדליך איז, אז די ארבעט איז ניט די זעלבע אין ביידע קרייזען, און אין פארלויף פון דעם טרעפען זיך מיט די פרויען אליין, ווערט קלאהרער מער דער צוגאנג וועלכען מען דארף נוצען צו זיי.
זאויף אייניגע פון די פראגען וואס מען האט אייך געפרעגט, לויט ווי איך לייען אין אייער בריף, האט איר געגעבען דעם ריכטיגען ענטפער, און דעריבער האף איך אז אויך אויף להבא וועט דאס גיין מיט הצלחה, אבער בכלל דארף זיין דער סדר, און ווי עס פירט זיך אין פערשידענע קרייזען, אז אויף די פראגען וועלכע ווערען געשטעלט בא איין צוזאמענטרעפונג, ווערען די ענטפערס געגעבען בא דער צווייטער צוזאמענטרעפונג, וואס דורך דעם ווערט געגעבען א געלעגענהייט צו פארטיפען זיך אין די פראגען און אין אלעס וואס מיט דעם איז פארבונדען.
חבייגעלייגט איז דא א אבשריפט פון מיין מכתב כללי צו דער קאנווענשאן פון נשי ובנות חב"ד דא, וועלכעס איר וועט קענען נוצען דעם אינהאלט זיינעם פאר אייער ארבעט.
טבברכה,
יבשם כ"ק אדמו"ר שליט"א
יאמזכיר
יבד'תכח
מרת חי' תחי': שגלוב, לונדון.
מרת חי' תחי': שגלוב, לונדון.