Chabad Library · The Rebbe
Igros Kodesh· Vol. 13· Letter 4609אגרות קודש· כרך יג· ד'תרט
אד'תרט
בב"ה, ז' מנ"א, תשט"ז
גברוקלין.
דהוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ רא"ש שי'
השלום וברכה!
ובאשטעטיגען די ערהאלטונג פון אייער בריף פון ר"ח מנחם אב, און דאנק אייך פאר די ספרים וואס איר האט געשיקט, און אויך פאר אייער טרחה אין דעם.
זאיר דערמאנט אין אייער בריף וועגען הרב זאקהיים, וואלט מיר אינטערעסירט צו וויסען צי איז ער געווען א קרוב פון הרב בנימין זאקהיים וועלכער איז געווען רב אין יעקטערינאסלאוו (וואס עס איז געווען רב אויך מיין פאטער אאמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע).
חאיך האף אז איר האט זוין שוין געטראפען מיט אברכים השלוחים שליט"א פון דאנען, און וועלען האבען אויך א געלעגענהייט צו זיין בא אייך אין בית הכנסת ובית המדרש, חאטש זייער צייט איז זייער באגרעניצט, און האף צו הערען פון אייך גוטע בשורות אויך וועגען זיי, ויהי רצון אז זייער שליחות וועלכעס איז בעיקר געמיינט פאר הרמת קרן אנ"ש והרמת קרן חב"ד זאל זיין בהצלחה, ובימיהם ובימינו יהפכו ימים אלו לששון ולשמחה, און לויט ווי די גמרא דערציילט (מגילה כט, א) וועלען אלע בתי כנסיות ובתי מדרשות וועלכע ווערען אנגערופען מקדש מעט, איבערגעפלאנצט ווערען אין ארץ הקדושה און צו זוכה זיין צום מקדש השלישי במהרה בימינו.
טבייגעלייגט איז דא א קונטרס וועלכער איז ערשינען די טעג, און זיכער וועט איר מיט עם מזכה זיין את הרבים וזכות הרבים תלוי בו.
יבברכה.
יאלע"ע נתקבלו הספרים: כתם פרחי' - ב"ח. פרדס פתחי'. דעת רש"י.
יבד'תרט
רא"ש: ר"א שקלובסקי. אגרות נוספות אליו - לעיל ד'רחצ, ובהנסמן בהערות שם.
רא"ש: ר"א שקלובסקי. אגרות נוספות אליו - לעיל ד'רחצ, ובהנסמן בהערות שם.
יג השלוחים: ראה גם לעיל אגרת ד'תקמו, ובהנסמן בהערות שם.