Chabad Library · The Rebbe
Igros Kodesh· Vol. 13· Letter 4692אגרות קודש· כרך יג· ד'תרצב
אד'תרצב
בב"ה, ה' אלול, תשט"ז
גברוקלין.
דשלום וברכה!
האיך בין געווען צופרידען צו באקומען אייער בריף פון עש"ק שופטים, מיט דער ידיעה אז איר האט מיט מזל גע'חתמ'ט דעם קאנטראקט מיט דער שול, און השם יתברך זאל העלפען עס זאל זיין בשעה טובה ומוצלחת, און ווי עס איז באוואוסט דער ווארט פון כ"ק אדמו"ר הצמח צדק וועלכען מיר האבען געהערט פון כ"ק מו"ח אדמו"ר - זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, אז אמאל האט ער געזאגט צו א משמש בקדש בבית הכנסת, קרא לשמש ויזרח אור, קרא לשמש ויזרח אור, מאכען ליכטיג די שול.
ואון השי"ת זאל העלפען אז אויך איר זאלט אזוי טאן און עס זאל זיין בהצלחה, און דורך דעם וועט אויך צוקומען אין די ברכות פון השם יתברך בהמצטרך לו ולב"ב שיחיו.
זבברכה לכתיבה וחתימה טובה.
חד'תרצב
דער ווארט: ראה גם לעיל חי"ב אגרת ד'נ, ובהנסמן בהערות שם.
דער ווארט: ראה גם לעיל חי"ב אגרת ד'נ, ובהנסמן בהערות שם.