Chabad Library · The Rebbe

Igros Kodesh·Vol. 13·Letter 4710אגרות קודש·כרך יג·ד'תשי

אד'תשי
בב"ה, י"ג אלול, ה'תשט"ז
גברוקלין, נ.י.
דלאחינו בני ובנות ישראל
הה' עליהם יחיו
ושלום וברכה!
זדער פינאנציעלער מצב פון די ישיבות תומכי-תמימים ליובאוויטש איז מכריח צו ארויסקומען אין דער עפענטלעכקייט מיט א ספעציעלען הילפס-רוף.
חצענדליגער און צענדליגער יארען ווי די ליובאוויטשער ישיבות דינען אלס גרעסטע פעסטונגען פון תורה תמימה ביראת שמים. ס'איז אויך גוט באקאנט וואס פארא אויפלעבונג און לעבענס גייסט די ליובאוויטשער ישיבות אין אמעריקע האבען אריינגעבראכט אין דעם אידישען לעבען אין אמעריקע זינט זייער איבערפלאנצונג דא אין יאר ה'ת"ש - דורך כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע.
טאון אין דער צייט ווען יעדע מעגלעכקייט דארף געגעבן ווערען - אז די ישיבות תומכי-תמימים זאלען אנהאלטען זייער אנטוויקלונג און אויסברייטערונג - ראנגלען זיי זיך מיט דעם אלץ-וואקסענדעם דעפיציט אין צוגאב צו דעם שאפען פון דעם לויפענדען ביודזשעט.
יאיך ווענד זיך מיט א הארציגען רוף צו אלעמען וועמען תורה איז טייער און וועלכע אנערקענען די לעבענס-נויטווענדיקייט פון אמת'ע אידישקייט אין אמעריקע:
יארופט זיך אפ מיט א ברייטער האנד און שיקט באלד אריין אייער גרעסט-מעגלעכע באשטייערונג פאר די ליובאוויטשער ישיבות תומכי-תמימים. אייער הילף אין דעם מאמענט וועט זיין א דבר בעתו!
יבאון דער זכות פון דער תורה צדקה אין די טעג פון רחמים ורצון וועט ברענגען אז דער אויבערשטער - נותן התורה - וועט געבען אייך און אייערע בני-בית שיחיו א כתיבה וחתימה טובה לשנה טובה ומתוקה.
יגבברכת כתיבה וחתימה טובה,
ידמנחם שניאורסאהן
טוד'תשי
נדפסה בלקו"ש חכ"ד ע' 482.