Chabad Library · The Rebbe
Igros Kodesh· Vol. 13· Letter 4739אגרות קודש· כרך יג· ד'תשלט
אד'תשלט
בב"ה, סליחות טעג, ה'תשט"ז
גברוקלין, נ.י.
דאל בני ובנות ישראל אשר בכל מקום ומקום
הה' עליהם יחיו
ושלום רב וברכה!
זדערנעטערענדיק זיך צום סוף פון דעם אלטען יאר און שטייענדיג אויפן שוועל פון דעם נייעם יאר, מאכט יעדער ערנסט-דענקענדער מענטש א סך-הכל פון דעם פארגאנגענעם יאר און, אויף דעם יסוד דערפון, נעמט ער אן באשלוסען צום נייעם יאר.
חבכדי אז דער חשבון ווי אויך די החלטות, זאלן זיין ריכטיגע, דארף מען זיך היטען פון איבערצושאצען די אייגענע מעלות און אויפטואונגען, אבער, אין דער זעלבער צייט, דארף מען אויך ניט פארגרעסערען די חסרונות און דורכפאלען.
טווארעם א שטימונג פון אראפגעפאלנקייט, ווער רעדט נאך - יאוש, חס ושלום, איז איינע פון די זאכען וואס שוואכען אפ די ענטשלאסענקייט צו פארבעסערען זיך.
יעס קען אבער ליידער זיין, אז אפילו ווען מ'פארגרעסערט ניט די חסרונות, און מען מאכט א חשבון-צדק - ווייזט זיך ארויס די לינקע נעגאטיווע ניט גוטע זייט צו זיין א גאנץ גרויסע, און אמאהל אפילו א גרעסערע און איבערוועגנדע פון דער רעכטער פאזיטיווער גוטער זייט.
יאאבער אויך אין דעם פאל, טאר מען ניט צולאזען דעם געפיל פון יאוש,
יבווארעם צוזאמען מיט דער טיפער חרטה אויפן עבר און א פעסטען באשלוס ענדערען זיך פון איצט אן און ווייטער - וואס דער חשבון-צדק דארף ארויסרופען,
יגמוז מען שטענדיג געדיינקען אז דאס גוטע, טוב און קדושה - און ווי אונזער תורה, תורת חיים, ערקלערט וואס גוט און הייליג איז - זיינען אומצושטערבאר און אייביג,
ידווארעם זיי שטאמען און קומען פון דער נשמה, פון דעם ניצוץ אלקי (ג-טליכען פונק) וואס איז אין מענשען,
טואבער די ניט גוטע נעגאטיווע מעשים, זיינען פארבונדען און קומען פון דעם נפש הבהמית (דער בהמה וואס אין מענשען) און יצר הרע, זיי זיינען בעצם באגרענעצט, און קענען אינגאנצען בטל און אפגעווישט ווערען.
טזדאס שלעכטע, די ניט גוטע מעשים זיינען בלויז צייטווייליג, און זיי קענען - דורך אמת'ע און אויפריכטיגע תשובה - פאריכט און אפגעווישט ווערן,
יזדאס אויבענגעזאגטע מוז ארויסרופען בא יעדען איינעם, ניט-קוקענדיג וואס זיין חשבון-צדק פון פארגאנגענעם יאר ברענגט ארויס, א געפיל פון דערמוטיגונג און שטארקער האפנונג אין דעם עתיד (צוקונפט).
יחוויסענדיג אז זיינע גוטע מעשים אין פארגאנגענעם יאר זיינען אייביק, און האבן אריינגעבראכט ליכטיקייט אין זיין לעבען, אין זיין משפחה און אין כלל ישראל,
יטווארעם כל ישראל ערבים זה בזה (אלע אידען זיינען פארבונדען צווישען זיך, זיי זיינען איין גאנצע).
כדערפון איז אויך פארשטאנדיג, אז אויב אפילו מען זעט אמאל דערשיינונגען, וועלכע ווייזען אויף א ירידה, ניט אלע ווערן קליגער און ניט אלע ווערן פרימער,
כאאיז אבער אין אמת'ן ובפנימיות - ווערט דאס גוטע אין וועלט מיט יעדן יאהר, יעדען טאג און יעדע רגע שטארקער און גרעסער,
כבווארעם יעדע רגע קומען-צו גוטע פעולות.
כגאון אפילו דאמאלסט ווען דאס ניט גוטע שיינט צו האבען די אויבערגעוויכט, איז דאס אבער בלויז צייטווייליג. סוף כל סוף מוז דאס גוטע נעמען די אויבערהאנט און דאס ניט גוטע אינגאנצען בטל ווערען,
כדווארעם דער בורא עולם ומנהיגו האט אנגעזאגט אז אלע וועלען תשובה טאן, און דער אויבערשטער, וואס איז א מרבה לסלוח אפילו אויף עבירות וועלכע זיינען מערערע מאל איבערגע'חזר'ט געווארן, וועט אננעמען די תשובה, כי לא ידח ממנו נדח (קיינער וועט ניט פארשטויסען ווערען).
כהאון דאס איז בא יעדען איינעם אין האנט צו מאכען דעם קומענדען יאר - א יאר פון גאר א גוטען סך-הכל פון זיינע פעולות - דורך איבערשטעלען זיך און ענדערען זיך, און דער אויבערשטער הרוצה בתשובה העלפט אויך אין דעם.
כואון דער פעסטער באשלוס אזוי צו טאן מאכט נאך זיכערער, אז מען וועט האבען א שנה טובה ומתוקה.
כזבברכת כתיבה וחתימה טובה,
כחמנחם שניאורסאהן
כטד'תשלט
נדפסה בלקו"ש ח"ט ע' 417.
נדפסה בלקו"ש ח"ט ע' 417.