Chabad Library · The Rebbe

Igros Kodesh·Vol. 14·Letter 4791אגרות קודש·כרך יד·ד'תשצא

אד'תשצא
בב"ה, כ"ח תשרי, תשי"ז
גברוקלין.
דברכה ושלום!
האין ענטפער אויף אייער בריף אין וועלכען איר באשרייבט וועגען דער באציהונג א.
וא. וו.
זליידער זייט איר אין דער זאך ניט קיין אויסנאם, און א ענליכע לאגע איז פראן אין צענדליגער און צענדליגער הייזער, און ווי עס ווייזט די פראקטיקע, איז די בעסטע וועג צו אויסבעסערן דאס, ניט לייגען קיין אכט אויף דעם, און זעלבסט פארשטענדליך ניט נאך מער פארשארפען דורך הארטע און שארפע אויסדרוקען, און עס איז גרינגער צו איינווירקען אויף זין אליין דאס מער ווי עס דאכט זיך אויס פאראויס, ווארום מען זעהט אין א גאר קורצער צייט אז עס בריינגט גוטע רעזולטאטען, און בפרט אז אין מערערע פאלען, איז די אמת'ע אינערליכע סיבה צו אזעלכע געמיט צושטאנדן, זיינען די שוועריקייטען אדער פאראיינגקייט אין פרנסה, וואס דענסטמאל לויט מענשליכער נאטור פילט זיך דאס מער אין דער באציהונג מיט נאהענטע איידער מיט ווייטערע אדער גאר פרעמדע, און זייער ווייניג אויסנאמע זיינען אין דעם, און ווען מען קוקט גוט אריין אין דאס גוטע וואס השם יתברך האט געגעבען אייך די לעצטע יארען, אמת'ן גוט, און גוט אויף לאנגע לאנגע יארן, שטארקט דאס דעם בטחון און זיכערקייט, אז זיכער וועט אויף ווייטער אויך השם יתברך ווייזען חסדים, און איר וועט אליין קומען צו דער איבערצייגונג, ווי קליין און לעכערליך זיינען געווען די ניט איינגענאמע צופאלען אין פארגלייך מיט דעם חסד השם יתברך.
חבברכה צו הערען פון אייך בקרוב ממש גוטע בשורות אין דאס אויבען געזאנטע,
ט בשם כ"ק אדמו"ר שליט"א
ימזכיר