Chabad Library · The Rebbe
Igros Kodesh· Vol. 14· Letter 4864אגרות קודש· כרך יד· ד'תתסד
אד'תתסד
בב"ה, כ"ד מ"ח, תשי"ז
גברוקלין.
דהוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ מו"ה יהודא ליב
השי'
ושלום וברכה!
זאיך בין געווען צופרידען צו באקומען די ידיעה פון צווישען די באריכטען פון דער ישיבה אחי תמימים ליובאוויטש אשר בפיטסבורג, אז עס ווערט צוגעגרייט א דינער פון וועלכעס די הכנסה גייט פאר דער ישיבה און וועלכעס ווערט געגעבען אין אייער כבוד.
חעס איז באוואוסט די הוראה פון תורתנו תורת חיים, אז עס איז א מצוה צו מפרסם זיין עושי מצוה, און בפרט אז די עושי מצוה איז זייער פעולה אין דעם געביט פון חינוך על טהרת הקדש, תורה חינוך, וואס דאס איז איינע פן די עמודים אויף וועלכע דער בית ישראל האלט זיך אן, און בפרט אין אונזער צייט חשך כפול ומכופל פון דעם גלות, איז דאס לעבענס וויכטיג, אז דער חינוך פון אידישע קינדער זאל זיין אין גייסט פון תורה תמימה ביראת שמים טהורה בחום חסידותי ואור.
טואשרי חלקם פון די אלע וועלכע טוען אין דעם, צו באקומען צוגאב ברכות פון דעם נותן התורה אין דעם וואס זיי מיט זייערע בני בית נויטיגען זיך.
יאון איך האף אז אחינו בני ישראל אין פיטסבורג, וועלכע קענען אייך מערערע יארען, וועלען אפשאצען די וויכטיקייט פון דאס אויבען געזאגטע און וועלען זיך באטייליגען אין עם דינער, און אויך בעאיינפלוסען זייערע פריינד צו איינטיילנעמען אין דעם, און ווי געזאגט וועט איר האבען א חלק אויך אין זייער חלק.
יאמי שרייבט מיר ניט קיינע פרטים וועגען אייערע פריוואטע ענינים, האף איך אז דאס איז א סימן אז עס איז בסדר ובשלום, און השם יתברך זאל אייך מזכה זיין צו אנזאגען גוטע בשורות אויך אין דעם.
יבבברכה להצלחה בכל האמור.
יגד'תתסד
מו"ה יהודא ליב: אונגאר, פיטסבורג. אגרת נוספת אליו - לעיל ח"ד א'כז.
מו"ה יהודא ליב: אונגאר, פיטסבורג. אגרת נוספת אליו - לעיל ח"ד א'כז.