Chabad Library · The Rebbe

Igros Kodesh·Vol. 14·Letter 4893אגרות קודש·כרך יד·ד'תתצג

אד'תתצג
בב"ה, ג' כסלו, תשי"ז
גברוקלין.
דאגודת נשי ובנות חב"ד סניף...
הה' עליהן תחיינה
וברכה ושלום!
זנאך א איבעררייס, בין איך געווען צופרידען צו באקומען אייער בריף פון... וועגען די ערשטע פארגעקומענע אסיפות.
חאון השם יתברך זאל העלפען אז עס זאל באנייט ווערען די ארבעט מיט דער גרעסטער ענערגיע אין אלע אפטיילונגען, און עס זאל אויך פארגרעסערט ווערען די צאל פון די חבירות אין דער גרעסט מעגליכער מאס.
טאון ווען מען וועט טאן אין דעם מיט דער געהעריגער ענערגיע און קירוב הלבבות אלע צוזאמען, וועט דער בורא עולם ומנהיגו זיין צוהילף אז עס זאל זיין בהצלחה.
יאון בפרט אז מיר זיינען איצטער אריינגעקומען אין דעם חדש כסלו, דער חדש הגאולה והנסים.
יאגעוויס ווערט געטאן ווי עס פאדערט זיך אין דער פאסיגער צוגרייטונג צו פייערען די ימי המועדים י"ט כסלו וחנוכה הבע"ל, און אויך אין דעם זאל דער אויבערשטער געבען גרויס הצלחה.
יבמיט א ברכה צו גוטע בשורות - אין דאס אלעס אויבענגעשריבענע, און אויך אין די פרטיות'דיגע ענינים פון יעדער חברה מיט די בני בית - שיחיו.
יגבשם כ"ק אדמו"ר שליט"א
יד מזכיר
טוד'תתצג
סניף: טופס דומה נשלח לכמה סניפים.