Chabad Library · The Rebbe

Igros Kodesh·Vol. 14·Letter 5029אגרות קודש·כרך יד·ה'כט

אה'כט
בב"ה, י"ב טבת, תשי"ז
גברוקלין.
דשלום וברכה!
האין ענטפער אויף אייער בריף אין וועלכען איר שרייבט די פארזעצונג אין די ענינים וועלכע מיר האבען גערערט חנוכה ערב ראש חדש, און פרעגט א עצה וואס צו טאן.
ואיר מאכט אזויפיל ספיקות און אזויפיל סברות אויף ניט. און דא איז מען ארויסגעפארען פון חדש כסלו און חנוכה און אריינגעגאנגען אין חדש טבת, אז מיר איז איצטער שווער צו זאגען וואס אין דעם, און ווי באוואוסט אז מען דארף אריינכאפען זמנים מסוגלים און אזוי האב איך געזאגט אויך אין פארזעצונג צו אונזער שמועס אין טעלעפאן, ויהי רצון אז בעתו ובזמנו אין א גוטער צייט און א גוטען אופן זאל ארויסקומען דאס וואס מען דארף בטוב הנראה והנגלה ובהרחבה אויך כפשוטה.
זבברכה להצלחה מופלגה און זאלט קענען געבען צדקה מיט א ברייטער האנד און מיט א פרייליכער הארץ.