Chabad Library · The Rebbe
Igros Kodesh· Vol. 14· Letter 5079אגרות קודש· כרך יד· ה'עט
אה'עט
בב"ה, כ"ז טבת, תשי"ז
גברוקלין.
דארגון נשי ובנות חב"ד אשר בכפר חב"ד
הה' עליהן תחיינה
וברכה ושלום!
זזיינער צייט האב איך באקומען אייער כללות'דיקן בריף מיט אייערע
חאינטערשריפטען, אין וועלכען איר שרייבט וועגען דער פארשטארקונג און באפעסטיקונג פון אייער פאראייניגונג און דער עיקר וועגען דער פארבעסערונג אין עניני מצוה און ספעציעל אין די ענינים וועלכע זיינען פארבונדען מיט פרויען, וואס אויף יעדערע פון זיי זאגט מען דאך אז זיי זיינען טעכטער פון שרה רבקה רחל ולאה, וואס דער מיין אין דעם איז, אז השם יתברך גיט זיי ספעציעלע כחות פון די נשמות פון די הייליקע אמהות.
טוואס אט דער וויסען, שטארקט דעם מוט אויף ניט נתפעל ווערען פון שטערונגען און אפהאלטונגען, און מען זעהט במוחש, אז דאס צוטרעטען צו א ענין מיט א ברייטקייט און שטארקייט, מאכט דאס אליין קלענער די מניעות און אויך אלס צוגאב אז דער צוקומען דערנאך צו געוואונשענעם צוועק איז מיט מער הצלחה.
יאון השם יתברך זאל העלפען אז איר זאלט אנזאגען גוטע בשורות אין דאס אלץ אויבען געזאגטע, וואס זיכער וועט דאס בריינגען א צוגאב אין די ברכות פון השם יתברך אין דעם וואס מען נויטיגט זיך און אויך די גאנצע משפחה יחיו.
יאבייגעלייגט איז דא א בריף אין פארבינדונג מיט דעם יום הילולא פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע וועלכער איז דער גרינדער פון כפר חב"ד און פירט עם אן אויך איצטער, און זיכער איז ער עומד במרום און מעורר רחמים רבים אויף יעדער איינעם פון תושבי הכפר און אויף אלעמען צוזאמען, אז דער כפר זאל מיט רעכט טראגען זיין הייליגען נאמען חב"ד, און עס זאל זיין אין עם שפע ברכה והצלחה סיי בגשמיות און סיי ברוחניות.
יבמיט האפענונג צו באקומען פון אייך גוטע בשורות אין דאס אלץ אויבען גאזאגטע בקרוב.
יגה'עט
א בריף: דלעיל ה'נח.
א בריף: דלעיל ה'נח.