Chabad Library · The Rebbe
Igros Kodesh· Vol. 14· Letter 5201אגרות קודש· כרך יד· ה'רא
אה'רא
בב"ה, י"ב אד"ר, תשי"ז
גברוקלין.
דהוו"ח אי"א נו"נ וכו' מו"ה יצחק נח שי'
השלום וברכה!
ואין ענטפער אויף אייער בריף פון יום ב', אין וועלכען איר שרייבט וועגען אפשליסען דעם קאנטראקט און וועגען היתר עיסקא.
זדעם נוסח פון דער היתר עיסקא קאן מען געפינען אין אייניגע ספרים און פון זיי אין דעם קיצור שולחן ערוך בהוצאת הרב פעלדמאן, אין אייער פאל פון א קאנטראקט איז דאס לייכטער איידער א סתם הלואה, און אויב איר וועט ניט געפינען דעם נוסח קען מען צושרייבען די ווערטער "ע"פ היתר עיסקא" וואס דאס וועט גענוגענד זיין ביז א רב וועט צוזאמענשטעלען א גענויעם נוסח, און אויב די ווערטער "ע"פ היתר עיסקא" קען זיין אנגעשריבען אוףי דעם קאנטראקט איז אודאי גוט, אויב צוליב וועלכען עס איז טעם קען דאס ניט זיין אנגעשריבען אויף דעם קאנטראקט, קען מען אנשרייבען אויף א באזונדער פאפיר, "אז דער קאנטראקט צווישען דעם און דעם וועלכער איז געמאכט געווארען אין דעם און דעם טאג, איז דאס על פי היתר עיסקא, ועל זה באע"ה יום לחדש שנת פה עיר, נאום נאום - און דערנאך זאל שטיין געשריבען - בפנינו עדים חתומים מטה נעשה ענין הנ"ל ובפנינו חתם פב"פ ופב"ב, בחתימת ידם ממש נאום פב"פ עד, ונאום פב"פ עד".
חדער עיקר בין איך געווען צופרידען לייענען אין אייער בריף אז אייער פאטער שי' פילט בעסער, און השי"ת זאל העלפען אז עס זאל זיין פון גוט צו נאך בעסער, און זאלט אנזאגען גוטע בשורות אויך וועגען די אלע אנדערע וואס איר דערמאנט אין אייער בריף.
טבברכה,
יבשם כ"ק אדמו"ר שליט"א
יאמזכיר
יבה'רא
מו"ה יצחק נח: סילווער, דטרויט.
מו"ה יצחק נח: סילווער, דטרויט.