Chabad Library · The Rebbe

Igros Kodesh·Vol. 14·Letter 5320אגרות קודש·כרך יד·ה'שכ

אה'שכ
בב"ה, כ"ט אד"ש, תשי"ז
גברוקלין.
דשלום וברכה!
ה... איך בין געווען שטארק איבער'רעש'ט ובצער לייענדיג אין דעם צווייטען טייל פון דיין בריף, אז דער אוצר המים האט א ראבער פארשטאפונג, וואס מסתמא האסט דו געזעהען דעם בריף פון כ"ק אדמו"ר (מוהרש"ב) דער פאטער פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, אויף ניט צו באנוצען זיך מיט א ראבער אויף אזעלכע זאכען, און דעריבער אויב אפילו עס דארף נעמען צייט אויף צו ערפילען די אנדערע הצעות פון הרב טעלושקין שליט"א, דארפמען אבער וואס פריער אומבייטען דעם ראבער שטאפער אויף א צעמענט, און זעלבסט פארשענדליך אז דאס פאדערט אז עס זאל זיין דערנאך אין אוצר נייע כשר'ה וואסער, וכל המקדים בזה הרי זה משובח. און דעריבער שיק איך דעם בריף עקספרעס.
ובברכה לבשורות טובות בכל האמור.
זה'שכ
נדפסה בלקו"ש חכ"ב ע' 302.
חראבער פארשטאפונג: ראה גם לעיל חי"א אגרת ג'תקסח. ובהנסמן בהערות שם.