Chabad Library · The Rebbe
Igros Kodesh· Vol. 17· Letter 6228אגרות קודש· כרך יז· ו'רכח
או'רכח
בב"ה, ח' אייר, תשי"ח
גברוקלין
דשלום וברכה!
האין ענטפער אויף אייער בריף פון כ"ז ניסן.
ובעת רצון וועט מען מזכיר זיין אייך אלעמען אויף דעם ציון הק' פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע יעדערן צו דעם וואס ער נויטיגט זיך.
זאון מ'האט געדארפט בודק זיין (אפטשעקין) אייערע תפילין און אויך די מזוזות אין אייער וואהנונג אז זיי זאלען זיין אלע כשר'ה ווי דער דין איז.
חוואס איר שרייבט בהנוגע צו אייער פרוי תחי' וואס זינט דעם געבורט פון דעם ערשטען קינד שי', זייט איר לעת עתה נאך ניט געבענטשט געווארען מיט נאך קינדער.
טבכלל דארפמען זיין שטארק אין בטחון אין דעם בורא עולם וועלכער איז דער עצם הטוב, אז ער וועט ערפילען אייער הארץ פראלאנג מיט נאך זחו"ק.
יאבער ס'איז קרוב לומר, אז מען דארף וואס צוגעבען אין די זהירות ודיוק חוקי ודיני טהרת המשפחה וצניעות, חאטש איך האף אז די עיקרים ווערען אפגעהיט, אבער אין אזא העכסט וויכטיגען עיקר ענין, דארפמען דאס אפהיטען ווי געהעריג לויט די אנווייזונגען פון תורתנו תורת חיים, און דענסטמאל זיין שטארק אין בטחון אין דעם נותן התורה והמצוה, אז ער וועט ממלא זיין משאלות לבבם לטובה בזמן קרוב.
יאוואס איר שרייבט די שוועריקייטען אין פרנסה, איז דאך באוואוסט די הוראת תוה"ק, מלח ממון חסר, ד.ה. צו מרבה זיין בצדקה, און צוטיילען די צדקה אין מערערע מאל, און פון די זמנים המסוגלים, איז דאס יעדער וואכען טאג פארן דאוונען אין דער פריה.
יבאון בכללות הדבר, דארפמען אננעמען די ביידע זאכען, ווי א נסיון לויט אויסשפראך פון פסוק, כי מנסה ה' אלקיכם אתכם לדעת הישכם אוהבים, און אז מען זעהט מלמעלה, אז מען איז שטארק אין בטחון בהשם יתברך און מ'גיט צו אין ענינים פון תורה ומצות ובכלל, און אין דאס אויבען געזאגטע בפרט, איז מען מלמעלה מבטל דעם נסיון און מ'גיט צו אין ברכה ישועה והצלחה.
יגבברכה לבשו"ט בכהנ"ל.
ידנ.ב.
טוזיכער היט איר אפ די דריי שיעורים פון חומש תהלים ותניא וואס ווי מיר האבען געהערט מערערע מאל פון כ"ק מו"ח אדמו"ר, זיינען זיי שוים לכל נפש און א סגולה לכמה ענינים.