Chabad Library · The Rebbe
Igros Kodesh· Vol. 17· Letter 6230אגרות קודש· כרך יז· ו'רל
או'רל
בב"ה, ח' אייר, תשי"ח
גברוקלין
דנויארקער פרויען דיוויזיע
הפאר די בית רבקה סקולס
וה' עליהן תחיינה
זברכה ושלום!
חאיך בין געווען צופרידען צו הערען וועגען אייער גוטע ארבעט און פון דער פאראנשטאלטונג פון דעם יערליכען צוזאמענקום, קומענדע טעג אי"ה, וועלכעס ווי איך וויל האפען, וועט נאך מעט פארגרעסערען אייער העכסט וויכטיגע גוטע ארבעט פאר די בית רבקה סקולס.
טאון געפינענדיג זיך איצטער צווישען די ימים טובים פון פסח און שבועות, צו וועלכע פרויען האבען פיל בייגעשטייערט, לויט ווי רבותינו ז"ל דערציילען אונז, אז אין זכות פון נשים צדקניות פון יענעם דור, זיינען אונזערע עלטערן אויסגעלייזט געווארען פון מצרים, און בא קבלת התורה, האט משה רבנו, צוערשט געווענדעט זיך צו די פרויען, וועלכע האבען אויפגעשטעלט און ערצויגען א דור פון ערליכע קינדער, וועלכע האבען דערנאך אויפגענומען די תורה ומצות ביים בארג סיני.
ידארף דאס דינען אלס לערנונג און וועג וויזער פאר אידישע פרויען
יאאויך אין אונזער דור, צו וויסען זייער זכות און פאראנטווארטליכקייט, אז אויך היינט קענען זי זיין די, וועלכע קענען אויפטאן א גאולה פארן כלל ישראל, דורך זייער בייטראג צו ערציהען ערליכע אידישע קינדער, סיי אייגענע און סיי אנדערע, און דורך העלפען די מוסדות וועלכע פארנעמען זיך מיט חינוך על טהרת הקודש.
יבאון זעלבסט פארשטענדליך אז השם יתברך צאלט דערפאר פון זיין פולער האנט, די אלע וועלכע נעמען איינטייל אין דעם, זיי און זייערע פאמיליעס, בברכה המשולשת בני חיי ומזוני רוויחי.
יגבברכת הצלחה.