Chabad Library · The Rebbe

Igros Kodesh·Vol. 17·Letter 6260אגרות קודש·כרך יז·ו'רס

או'רס
בב"ה, כ"א אייר, תשי"ח
גברוקלין, נ.י.
דצו דער אינציאטיוו גרופע פון די פרויען קאמיטע לטובת
הדעם בית ספר מקצועי לנערות און דעם סמינר למורות
ואין כפר חב"ד בארצנו הקדושה ת"ו ובראשה הרבנית
זמרת שיינא תחי' דזשייקובסון
חברכה ושלום!
טמיט צופרידענהייט האט איך געלייענט אייער בריף, אין וועלכען איר טיילט מיט, אז עס ארגאניזירט זיך אן אינציאטיוו גרופע אויף ארבעטען לטובת די אויבענדערמאנטע מוסדות, און מען איז שוין צוגעטראטען צו דער ארבעט בשעה טובה ומוצלחת.
יאיך האף אז עס וועט זיך אייך איינגעבען צו צוציהען צו אייער ארבעט א וואס ברייטערען קרייז און פארגרעסערען די אקטיוויטעטען וואס מער,
יאבכדי צו דערמעגליכען - אז ניט נאר זאלן די דערמאנטע העכסט וויכטיקע מוסדות קענען אנגיין מיט זייערע טעטיקייטען, נאר אז זיי זאלן זיך קאנען וואס מערער אויסברייטערען און ארייננעמען וואס מער תלמידות.
יבאנהויבענדיג די אויבענדערמאנטע ארבעט אין די ספירה טעג - די טעג פון צוגרייטונג צום יום טוב שבועות - דעם יום טוב פון קבלת התורה.
יגזאל דאס בריינגען א ספעציעלע הצלחה אין דער ארבעט פון העלפן צו גרייטען אידישע טעכטער בכלל, און לערערינס און ערציערענס אין א כשר'ן אידישן חינוך בפרט,
ידאידישע טעכטער וועלכע זאלן אלעמאל גרייט זיין צו פאלגען דעם רוף פון דעם אויבערשטען דורך משה רבינו: כה תאמר לבית יעקב וגו'.
טובברכה אז השי"ת זאל העלפן אייך און אייערע מיטהעלפערינס תחיינה אין וואס זיי נייטיגען זיך בגשמיות וברוחניות, ובברכת הצלחה.
טזו'רס
ראה גם לקמן אגרת ו'שפט.