Chabad Library · The Rebbe
Igros Kodesh· Vol. 17· Letter 6288אגרות קודש· כרך יז· ו'רפח
או'רפח
בב"ה ערב - ראש חדש סיון, חדש השלישי
גברוקלין, נ.י.
דביום הזה באו מדבר סיני. ה'תשי"ח
הצו אלע איינטיילנעמער אין דער דריטער
ויערליכער
זקאנווענשאן פון
חאגודת נשי ובנות חב"ד
טה' עליהן תחיינה
יברכה ושלום!
יאצו אייער צוזאמענקומען זיך אויף דער דריטער יערליכער קאנווענשאן פון אגודת נשי ובנות חב"ד ווענדע איך זיך צו אייך אלעמען, מיט דער אור אלטער אידישער באגריסונג: ברוכות הבאות, און ווינטש אייך: יהי נועם ה' עליכן, און עס זאל זיין פיל הצלחה במעשה ידיכן.
יבלויט דעם ווארט פון כ"ק הבעל שם טוב, געהערט מערערע מאל פון שווער כ"ק אדמו"ר, אז יעדער זאך איז בהשגחה פרטית און פון יעדער זאך קען מען און מען דארף עטוואס לערנען אין עבודת השם.
יגאיז אויך דער טאג אויך וועלכען עס איז באשטימט געווארען, און, בעזר השם, עס וועט צושטאנד קומען די קאנווענשאן, ראש חדש סיון - א לערנונג און אנווייזונג פאר דער קאנווענשאן.
ידדעם טאג זיינען אידען אנגעקומען צום מדבר סיני, ויחן שם ישראל נגד ההר - בארג סיני. דערציילען חכמינו זכרונם לברכה, אז דער אנקומען צום בארג סיני איז געווען כאיש אחד בלב אחד (אלע ווי איין מענטש מיט איין הארץ) און אז דאס האט השם יתברך אנערקענט אלס פאסענדע צוגרייטונג און באווייז אז זיי דארף מען געבען די תורה.
טודי תורה איז א נצחית - אייביקע - גילטיג פאר אלע דורות און פאר אלע מקומות (ערטער), איז פארשטענדליך אז אויך די צוגרייטונג און אופנים פון מתן התורה, זיינען אויך אייביקע.
טזשוין דער טאג אליין פון ראש חדש סיון, דארף דינען אלס א לעהרע און אנווייזונג פאר אידען בכלל און ספעציעל פאר די וואס קומען זיך דאמאלסט צוזאמען מיטן צוועק צו פארשטארקען אמת'ע אידישקייט, צו ווידמען זיך - דורך אהבת ישראל פאראיינציקט מיט אהבת התורה און אהבת השם - פאר אחדות צווישען אלע אידען, אחדות נגדההר, צו אויפנעמען תורת משה מסיני- תורת חיים, א תורה וועלכע גיט לעבען און וויזט אן ווי צו לעבען, אין די וואכען - טעג, שבתים און ימים טובים.
יזאון אזוי ווי בא דעם בארג סיני איז דאך קבלת התורה געווען מיט דעם סדר: כה תאמר לבית יעקב - צו די פרויען, און דערנאך ותגיד לבני ישראל - צו די מענער.
יחאזוי אויך איצטער אין דער צוגרייטונג צום אויפנעמען די תורה מיט באנייטער לעבעדיקייט און התלהבות.
יטדארפען אידישע פרויען - מיט חב"ד לעבעדיקייט, ווארימקייט און ליכטיקייט, ווי ערקלערט דורך רבותינו נשיאינו, פארווירקליכען דאס אויבען געזאגטע אין דער פולסטער מאס.
כאון דאס איז אויך פון די הויפט אויפגאבעס פון אגודת נשי ובנות חב"ד - זיין די וועגווייזערינס אין דער הייליגער ארבעט.
כאהשי"ת זאל אייך העלפען, אין גוטן געזונט און מיט גרויס הצלחה, ערפילען אייער אויפגאבע,
כבאון דאס וועט זיכער אויך צוגעבען אין דעם אויבערשטען'ס ברכות אין וואס יעדערע פון אייך דארף, מיט אלע בני בית - שיחיו.
כגבברכת הצלחה וכל טוב.
כדמ. שניאורסאהן
כהו'רפח
נדפסה בלקו"ש ח"ח ע' 241 והושלמה ע"פ צילום האגרת.
נדפסה בלקו"ש ח"ח ע' 241 והושלמה ע"פ צילום האגרת.