Chabad Library · The Rebbe
Igros Kodesh· Vol. 17· Letter 6289אגרות קודש· כרך יז· ו'רפט
או'רפט
בב"ה, ערב - ראש חדש סיון חדש השלישי
גברוקלין, נ.י.
דביום הזה באו מדבר סיני. ה' תשי"ח
השלום וברכה!
ועס וואונדערט מיר, וואס לעצטענס איז פון אייך ניט אנגעקומען קיינע ידיעות בהנוגע צו אייערע פעולות בקדש לויטן פראגראם פון נשי ובנות חב"ד.
זויהי רצון עס זאל זיך ארויסווייזען, אז עס פעלט ניט מער ווי אין דעם מודיע זיין, אבער ניט אין דעם טאן אליין, און אז לויט דעם אנזאג פון תורתנו הק' תורת חיים, אז עס דארף זיין מעלין בקדש, גיט מען אויך צו פון צייט צו צייט אין דעם, מוסיף והולך מוסיף ואור.
חאון אז מען טוט מיט אן אמת, זיינען מיר פארזיכערט געווארען אז השם יתברך גיט הצלחה, הצלחה גדולה.
טאיינגעשלאסען דא איז א אבשריפט פון מיין בריף צו דער דריטער יערליכער קאנווענשאן פון אגודת נשי ובנות חב"ד, וואס פארשטענדליך איז דאס געווענדעט צו אלא מיטגלידערינס פון נשי ובנות חב"ד אומעטום, און דער אינהאלט איז גילטיג אויך פאר א גאנץ יאהר.
יאון השם יתברך זאל העלפען, עס זאל זיין א הצלחה'דיקער יאהר אין דער אויבען געזאגטער ארבעט.
יאאון דורך דעם וועט אויך צוקומען אין די ברכות פון השם יתברך אין די ענינים הפרטים פון יעדערע פון די מיטגלידערינס, בתוך כלל ישראל.
יבבברכה צו גוטע בשורות, ובלשון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע צו מקבל זיין די תורה בשמחה ובפנימיות.
יגו'רפט
נשלחה לכמה סניפי אגודת נשי ובנות חב"ד.
נשלחה לכמה סניפי אגודת נשי ובנות חב"ד.