Chabad Library · The Rebbe
Igros Kodesh· Vol. 17· Letter 6299אגרות קודש· כרך יז· ו'רצט
או'רצט
בב"ה, אסרו חג השבועות, ה'תשי"ח
גברוקלין, נ.י.
דצו אלע שטיצער און צו אלע איינטיילנעמער אין
ה83יערליכען באנקעט פון בית הכנסת ובית המדרש אנשי
וליובאוויטש אין שיקאגא
זאור ליום כ"א סיון תשי"ח
חשלום וברכה רבה!
טמיט צופרידנהייט האב איך באקומען די מיטטיילונג וועגען דער פאראנשטאלטונג פון דעם אויבען געזאגטען באנקעט, פאר דעם צוועק פון באפעסטיגען און אויסברייטערען דעם בית הכנסת ובית המדרש אנשי ליובאוויטש שיקאגא צ אין אלע הינזיכטען.
יקומענדיג איצטער פון חג השבועות, זמן מתן תורתנו, וואס אידן האבן מקבל געווען בקדושה באימה וביראה, געבענדיק פריער די פאסענדע ערבות: בנינו ערבים בעדנו.
יאאון געדענקענדיג שטענדיג אז קבלת התורה צ דארף זיין און איז צ א טאג טעגלעכע זאך, און ווי דער נוסח הברכה צ נותן התורה, לשון הווה.
יבוועט דאס זיכער ארויסרופען א ווארימקייט און לעבעדיקייט אין דער הייליגער ארבעט פון בויען, באפעסטיגען און אויסברייטערען דעם ארט וואו דאס אלעס קען קומען צום אויסדרוק אין דעם בעסטען אופן צ א בית הכנסת ובית המדרש מיט א מוסד חינוך פאר אידישע קינדער צ די קינדער וואס עריבים בעדנו.
יגאון דאס וועט זיכער אויך צוגעבען אין די ברכות פון השם יתברך, ווי צוגעזאגט אמאל און שטענדיג, אויך אין די ענינים הפרטים.
ידהשם יתברך זאל באגליקען די אלע וועלכע נעמען איינטייל אין דער הייליקער ארבעט, מיט הצלחה רבה אין דאס אלעס אויבענדערמאנטע.
טובכבוד וברכה.
טזו'רצט
83 יערליכען באנקעט: ראה ס' תולדות חב"ד בארה"ב ע' קל.
83 יערליכען באנקעט: ראה ס' תולדות חב"ד בארה"ב ע' קל.