Chabad Library · The Rebbe

Igros Kodesh·Vol. 17·Letter 6302אגרות קודש·כרך יז·ו'שב

או'שב
בב"ה, ט' סיון, תשי"ח
גברוקלין.
דשלום וברכה!
הו איר דערמאנט וועגען אייער איינטייל אין דער ארבעט פון נשי ובנות חב"ד, און זיכער וועט איר נאך צוגעבען אין דעם.
ואון וואס איר שרייבט אז איר האט ניט די נויטיגע כשרונות, זיכער שטימט דאס ניט, ווארום יעדער איד סיי מאן און סיי פרוי קענען טאן אין פארשפרייטונג פון אידישקייט, און בפרט די וועלכע זיינען ערצויגען געווארען צווישען חסידים, און דאס שטיין אין מסירת נפש אין דעם ארט וואו מען איז געווען, וואס דאס גיט א ספעציעל זכות און ברכה, עס זאל ביישטיין אייך און אייער מאן שי' צו אנזאגען גוטע בשורות אין דאס אלעס אויבען געזאגטע.
זבברכה לבשו"ט,
חבשם כ"ק אדמו"ר שליט"א
טמזכיר