Chabad Library · The Rebbe
Igros Kodesh· Vol. 17· Letter 6315אגרות קודש· כרך יז· ו'שטו
או'שטו
בב"ה, ט"ו סיון, תשי"ח
גברוקלין, נ.י.
דצו די עסקנים און פריינד פון די בית רבקה שולעס צ
האין אלגעמיין, און די אנטיילנעמער אין דעם
וזעכצענטן יערלעכן באנקעט פון די בית
זרבקה שולעס צ בפרט
חה' עליהם יחיו
טשלום וברכה!
יאיך שרייב דעם בריוו אין דעם טאג, ווען (מיט 31 יאר צוריק) איז דער רבי דער שווער ארעסטירט געווארען אין זיין קאמף און פאר זיין ארבעט, אויפצוהאלטען אידישקייט תורה און מצות און פארשפרייטען זיי צ זיין קאמף קעגן די ריזיגע כחות וואס האבן געוואלט אויסלעשען, ח"ו, יעדן פונק פון אידישקייט. זיין אויסערגעווינלעכע מסירות-נפש האט אבער סוף-כל-סוף מנצח געווען און ער איז באפרייט געווארען י"ב - י"ג תמוז.
יאדער באנקעט פון די בית רבקה שולעס קומט פאר אין דער צווישן צייט, ווען די איינטשיידונג איז געשטאנען אויף דער וואגשאל.
יבכאטש אין די פרייע מדינות דארף א איד ניט איינשטעלן זיין לעבן צו דערפילן זיין פליכט אין פארשפרייטען אידישקייט בכלל און ספעציעל אויפן געביט פון אמת-אידישע ערציאונג פון אונזער יוגנט, איז אבער די לאגע פון אידישקייט אין פיל הינזיכטן ניט ווייניקער קריטיש ווי אין יענע יארן. אויף דעם געביט פון חינוך הבנות צ כשר'ע דערציאונג פון אידישע טעכטער צ פאדערט זיך ספעציעל די גרעסטע אנשטרענגונג. און ווי ס'איז באוואוסט, האט דער רבי דער שווער פיל צייט און מי געגעבען כדי צו שאפן און אויסברייטערן די בית רבקה שולעס.
יגאיר האט דעם גרויסן זכות פארצוזעצן, אויפהאלטן און אויסברייטערן אט די גרויסע פאראנטווארטלעכע ארבעט. איצט איז אבער די פאדערונג א פיל לייכטערע צ ניט מסירות נפש נאר צ מסירות הרצון. עשה רצונו כרצונך צ איר זאלט וועלן טאן אין דעם מיט דעם זעלבן ווילן ווי עס ווילט זיך אן אייגענע זאך. די בית רבקה שולעס איז אייער אייגענע זאך.
ידאיך האף, אז איר וועט מיט א פעסטן ווילן און מיט אינערלעכער שמחה געבן אייער פולסטע מאטעריעלע שטיצע און אויך מאראלישע מיטהילף צו די בית רבקה שולעס, און ווירקן אז אויך אנדערע זאלן אזוי טאן.
טואון דער אויבערשטער וועט זיכער מקיים זיין די הבטחה און אייך מצליח זיין אויך אין אייערע אייגענע און פאמיליען אנגעלעגנהייטן בגשמיות וברוחניות.
טזבברכה צו גוטע בשורות אין דאס אלעם אויבנגעזאגטע,
יזמ. שניאורסאהן
יחו'שטו
נדפסה בלקו"ש חי"ח ע' 474.
נדפסה בלקו"ש חי"ח ע' 474.